וואלט איר געגעבן פאר אייער קינד סם המות?
א צעטל מיט אט די פראגע איז געווען אויסגעשפרייט איבער די טישלעך אין די שוהלן פון שטאט דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת תולדות.
וואלט איר געגעבן פאר אייער קינד סם המוות?
הערט דעם רוף פון אלע גדולי-ישראל, און פון די פארווייטאגטע עלטערן וואס האבן זיך נעבעך ביטער אפגעבריט:
ווארפט ארויס דעם קאמפיוטער פון שטוב!
עס איז פיהל ערגער ווי סם המוות!
דאס איז געשטאנען אויף איין זייט פונעם בלעטל, דערויף איז געווען א בילד פון א קאמפיוטער-מייזל ארומגענומען מיט א סימבאל וואס צייגט אז עס איז פארבאטן. דער נאמען פונעם שרייבער פיגורירט אויפן צעטל: י. ט. / סגנון / מיט א טעלעפאן נומער.
איך וועל נאכשרייבן די גאנצע צעטל, ווייל איך האלט אז עס איז זייער גוט געשריבן און ארויסגעברענגט:
"האסט געהערט, ברוך?"
"וואס איז געשען, משה?"
"אוי נעבעך, ס'כאפט א שרעק!".
"וואס איז?".
"וויי וויי, שרעקליך!".
"זאג שוין! צי נישט מיינע נערוון!".
"עס איז דערנאך מיט חיים!".
"וואס? ווער?".
"חיים - יעקב בונם'ס - האט זיך אינגאנצן אראפגעגליטשט!".
"אמת'דיג? געוואלד! טאטע אין הימל, וואס וועט דא זיין?".
דער אויבנדערמאנטע שמועס איז נישט קיין פאנטאזיע, נישט קיין באבסקע-געשיכטע, דאס איז ליידער א ביטערער פאקט: מאסן טייערע אידישע נשמות - פון די בעסטע און שענסטע שטובער - פאלן אוועק טעגליך; זיי ווערן נעבעך פארטריקענט און פארטעמפט פון יעדן ווארימן אידישן געפיל; דרייען זיך צווישן אונז ווי עצמות יבשות אן קיין טראפ לחלוחית דקדושה; ווארפן פון זיך אינגאנצן אראפ דעם עול מלכות שמים פשוטו כמשמעו; טוען זיך אויס דעם הייליגן אידישן לבוש און זענען גרייט עובר צו זיין על כל עבירות שבתורה ה"י!
עס פאלט אוועק ריזן שטיקער פון כלל ישראל!
וואס גייט דא פאר?
ליידער, איז היינט צו טאג דא א שרעקליכע צוציענדע און אויגן-פארבלענדענדע גאס, פוהל מיט שמוץ און זוהמא.
עס איז ווי אן אור-אלטע פארשימעלטע קוכן-קעיק וואס איז גוט שיין איבערגעדעקט און דעקארירט מיט קרים און טשאקאלאד-בלומען; פון אינעווייניג גייט א שרעקליך עקעלהאפטיגע גערוך אבער פון אינדרויסן גלאנצט עס און ציהט נארישע און אומערפארענע מענטשן צו זיך.
מען דארף האבן פיהל סייעתא דשמיא, יראת-שמים און טייכן טרערן פון ערליכע טאטע-מאמע אז מען זאל אדורכגיין די שווערע שרעקליכע נסיונות בשלום אויפן גאס.
אבער דער יצר-הרע שלאפט נישט!
די שרעקליכע מיאוס'ע גאס האט ער אריינגעברענגט אין שטוב!
דאס איז דער קאמפיוטער מאנסטער!
גדולי-ישראל פון אלע שיכטן און קרייזן, רבנים פון פיהלצאליגע קהילות, ערפארענע מחנכים פון אלע סארט און מנהלים רוחניים פון אונזערע תלמודי-תורה, ישיבות און מתיבתות הערן נישט אויף צו פארפירן, יאמערן און שרייען אויף די שטארקע שעדליכע השפעה, אויף דעם ווייט-גרייכנדע גיפט און אויף דעם שרעקליכן שאדן פונעם קאמפיוטער.
עס זייעט אן וויסטעניש, חורבן און טראגעדיע!
"יא! ער איז נאך קליין!", "ער פארשטייט נישט גארנישט!", "ס'איז נאר אפען ווען איך בין אינדערהיים", "ער שפילט נאר אויף דעם, און מיר - די עלטערן - האבן אביסל מנוחה!", דאס אלעס הערט מען פון געוויסע איבערגעקלוגטע עלטערן; "צו מיר וועט דאס נישט פאסירן", "נאר מיט א קאוד קען מען עפענען דעם קאמפיוטער!", פארענטפערן זיך מאנכע אומ'אחריות'דיגע עלטערן.
אבער דער ביטערע מציאות פראסקעט אין פנים!
קינדער זענען פיהל קלוגער ווי מיר מיינען; זיי ברעכן אויף די שווערסטע קאודס און געבן זיך מיט אלץ אן עצה; תמימות'דיגע עלטערן ווערן שאקירט וואס זייערע טייערע און באליבטע 'אוצרות' באווייזן און קענען.
א פאקט:
מען האט שוין געטראפן ביי קינדער פון ערליכע שטובער וואס האבן א קאמפיוטער שרעקליכע און שעדליכע מאטריאלן וואס איז תסמר שערות ראש; בחורים האבן - אין די שפעטערדיגע יארן - פארציילט פאר מחנכים און פסיכיאלאגן - נאכן ליידער דארפן אנקומען צו זיי - צו וואס אלץ זיי זענען אנגעקומען דורך דעם קאמפיוטער וואס דער טאטע האט נאר גענוצט פאר 'דברי תורה' אדער ארויסצוגעבן זיינע ספרים; קינדער טוישן צווישן זיך - אונטער די נאז פון די עלטערן - טריפה'נע מאטריאלן, ס"י די"ס און ד"י וו"י די"ס רח"ל.
היינט צו טאג רייסן זיך יענע עלטערן די האר פון קאפ, זיי קלאגן און וויינען ביטערלעך!
פאר זיי, איז שוין נעבעך צו שפעט!
פון דעם קלעבעדיגן שמוץ קומט מען נישט אזוי שנעל ארויס! וואו איז דער זייף און רייניגונגס-מאטריאל צו קענען אויסוואשן דעם קאפ, מוח און הארץ פון א יונג קינד אדער בחור'ל וואס האט זיך נעבעך אנגעזעהן מיט וואס מען טאר נישט?! דאן איז שוין ביטער ווי גאל!
דערפאר:
ווארפט ארויס דעם קאמפיוטער פון שטוב!
עס איז נישט סם-המוות, נאר פיהל ערגער!
********
איך האלט אז די ווערטער זענען זייער קלאר און גוט ארויסגעברענגט, מיר האט עס געמאכט קלערן א מינוט, און איך לייג עס ארויף לתועלת הרבים, ויהי רצון שיהא חלקי ממזכי הרבים. א גוטע וואך!
 |
|
|