הנותן שלג כצמר: וואס איז דאס שניי?
מען עפענט אויף דעם טיהר אינדערפרי, און עס אנטפלעקט זיך א שניי ווייסער וועלט, אלס איז צוגעדעקט מיט א הערליכע ווייסע שיכט פון פיינע פרישע (שיער נישט געשריבן ווארימע) שניי.
איר קענט דאך מיך (און אויב נישט, וועט איר מיר באקענען מיט די צייט), איך בין א נייגעריגער מענטש, איך מיין אז איך מוז אלעס וויסן, און וויסן שוין און יעצט.
אלזא, ווענד איך זיך צו אייך - טייערע חברי הפורום, וואס א דאנק אייך ווייס איך היינט אסאך זאכען וואס איך פלעג נישט וויסן (און אסאך זאכען וואס איך ברויך נישט וויסן...) - העלפט מיר ארויס צו פארשטיין די מהות פון דעם הערליכן ארטיקל וואס רופט זיך "שניי".
אלס הקדמה וועל איך ארויסברענגן אז די ווארט שניי ווערט שוין דערמאנט אין די תורה! אין פרשת דברים (ג', ט') והאמורי יקראו לו שניר, זאגט רש"י הוא שלג בלשון אשכנז ובלשון כנען. ווי דער תרגום טייטשט דאס אפ ואמראי קראן לה טור תלגא וואס דאס איז די אראמישע ווארט פון "שלג".
יעצט וועל איך צוקומען צו מיינע פראגן: אלס קינד האבן מיר נישט מער געוואוסט ווי דאס אז אויבן אין הימל זענען דא פארשידענע קראנען... איינס איז פאר רעגן, דאס אנדערע פאר שניי, די דריטע פאר האגל און אזוי ווייטער...
אויפוואקסנדיג בין איך געוואויר געווארן (איך געדענק שוין נישט אויב אליין אדער דורך אנדערע) אז רעגן און שניי זענען גאר איינס, נאר ווען עס איז קאלט, ווערן די רעגן טראפנס פארפרוירן אינמיטן וועג. [דאן איז מיר פארענטפערט געווארן פארוואס אין די זוממער שנייט קיינמאל נישט ].
בלייבט מיר נאך אלץ איבער עטליכע קלייניגקייטן צו פרעגן:
1. זייער אסאך מאל זעהט מען אזעלכע הערליכע דיזיין'ס אויף יעדע שטיקל שניי, מייסטערהאפטיג אויסגעפארעמט מיט שפיצן און ווינקלן, וויאזוי ווערט דאס געמאכט? האט דאס צוטאן מיט די ווינטן וואס באגעגענען דעם שטיקל שניי אויפן וועג?
2. די לעגענדע לויטעט אז "איין שטיקל שניי רירט נישט צו די צווייטע פליענדיג אין די לופטן", איז דאס סתם א השערה? א פאנטאזיע? האט דאס א מקור אין ספרי היהדות? להבדיל אין די ספרי חכמי אומות העולם?
ווער עס ווייסט נישט קיין תירוצים אויף די פראגן, מוז נישט ענטפערן... אבער ווארפט מיר נישט קיין שניי-באלי'ס אין פנים. יישר כח!
 |
|
|