| נשלח ב-15/12/2005 01:34 |
|
| |
וואס מיינט די קונטערס 'צדק צדק תרדוף'?
די קונטערס האב איך היינט באקומען אויף די פאסט האט עס מיט די סאטמער פאליטיק עפעס??
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 01:36 |
|
| |
די קענסט נישט ליינען?
עפען עס אויף און ליין דעם קונטערעס
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 02:54 |
|
| |
ס'איז זייער אסך פעדשעס קען איינער שרייבען בקיצער וואס עס שטייט דארט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 03:08 |
|
| |
עס זעהט אויס אז דער וואס האט דאס ארויסגעשיקט האלט אז עס איז דא ווייניגער קאראפציע אין CRC ווי אין בד"צ משפט שלום.
טייערע גולשים,
וואס איז אייער מיינונג אין דעם הינזיכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 18:17 |
|
| |
די גאנצע קונטרס מאכט נישט צופיל סענס, אפילו אויס סאיז דא אויף זיי לשון הרע'ס זעט נישט אויס די זאכן צי שטימען מיט די מציאות
אפאר מענטשן וואס זענען מודה אז זיי האבן דארט פארלוירן דין תורה'ס, שרייבן זיך בפירוש אינטער אז די בית דין טויג נישט,
קען זיין אז ס'טויג נישט, אבער איך וויל עס הערן נישט פין איינעם וואס האט דארט פארלוירן א דין תורה,
יעדער וואס פארלירט א דין תורה איז מלא כעס דווקא אויף יענעם בית דין ווי ער האט פארלוירן, מילא האט ער נישט קיין שום נאמנות אויף דעם,
לעניות דעתי
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 19:23 |
|
| |
איך האב דעם קונטרס נישט געזען, און איך האב נאך קיינמאל נישט פארלוירען קיין דין תורה אין ערגעץ נישט, אבער דאס מיינט נישט אז איינער וואס פארלירט מעג נישט רעדן.
איך האב געהערט פון אנשים נאמנים שטארקע טענות אויף דעם בית דין, אין אויף ר' יודל גרובער.
אז די טענה איז א טענה איז נישט קיין חילוק ווער עס זאגט עס, בפרט אז אלע אנדערע בתי דינים זענען אמאל ארויס מיט א בריו קעגען משפט שלום.
קען זיין אז יענע בתי דינים זענען נישט גערעכט, אבער עס איז נישט קיין עוולה דאס אויסצולופטערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/12/2005 22:36 |
|
| |
די שרייבער פון קונטרס זעען אויס גאנץ גוט פארווייטאגט, מידארף אוודאי הערן ביידע זייטן אבער עס זעט נישט אויס אינגאנצן בעלאני.
אפאר זאכן איז מיר זייער שטארק שווער, דארט שטייט אז איינער פון בית דין האט געבעטן שוחד נאכן אנהויבן די דין תורה.
סאיז זייער פאני אז א בית דין זאל אפען בעטן פון יענעם שוחד, בפרט ווען ער ווייסט אז יענער קען אים גוט צופוקסן אויב עס גייט נישט אין יענעמס בענעפיט, און ער דארף זיין גאר א גרויסער נער און טיפש דאס צו טוהן, מיהערט אמאל שוחד מעשיות באהאלטענערהייט האט דער בעל דין אונטערגערוקט פאר די ראש בית דין פאר הכנסת כלה אדער יענעמס מוסדות, אזוי ווי ער שרייבט איז עס זייער מיסטעריש.
אויך איז דא א שטארקע אפענע תמיהה, ער שרייבט אז 10.24.00 האט ער אונטער געשריבן שטרי בירורין, נאכדעם האט דער ראש בית דין אים אנגעהויבען קוועטשן און עקסטארטן פאר שוחד.
צווישן די שוחד טשעקס איז דא איין טשעק וואס איז אויסגעשטעלט צו יו טי עי, אויפן דעיט שטייט 9.12.00 וואס דאס איז נאך גאר פאר די דין תןרה האט זיך אנגעהויבן.
דאס איז מיינע 2 ראז'ינקעס אויף די זאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 00:45 |
|
| |
שוחד גלייב איך נישט.
אויב דאס איז דאס גאנצע וואס דער קונטרס ברענגט ארויס איז עס לכאורה נארישקייטען.
אבער איך האב שוין געהערט גענוג שטארקע אויסגעהאלטענע טענות.
ווי קען מען זען דעם קונטרס?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 01:09 |
|
| |
מאה אחוז
האסט טענות אויף א שוחד נעמער?
האסט אמאהל געהערט פון דעם ערשטן דיין: משה רבינו
ער פלעגט זאגן:
כי השוחד יעוור עיני חכמים
אדער כי השוחד יעוור פקחים
יעצט וואס איז דיין תמיה
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 01:37 |
|
| |
באאטשי - די וועלט זאגט יעדע שמויגער פאר זיך טויגער, קיינער איז נישט קיין אפענע טיפש צו זאגן יענעם געב מיר שוחד, בפרט ווען ער ווייסט אז מארגן קען אים יענער צופויקן אין די גאנצע טריי סטעיט, דאס איז אביסל א קינדערישע וועג פון שרייבן.
א דיין קען מרמז זיין אז זיין זון גייט יעצט ארום פאר הכנסת כלה, אדער שיקן זיין שוואגער צו אים "פונקט" א טאג פאר די דין תורה נאך געלט פאר זיינס א צוועק.
אבער זאגן אפען געב מיר שוחד, איז אביסל איבערגעטריבן, און איך מיין איך ווער נאכנישט א אפיקורוס אויב איך קויף נישט אפ יעדעס איינציגע ווארט פון דעם קונטרס.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 01:51 |
|
| |
מאהלע
צו דער קונטרס איז אמת צו נישט ווייס איך נישט, כהאבעס נאך נישט דערזעהן
אבער צו א שוחד נעמער ווערט בלינד? מאה אחוז!
דו מיינסט דאס איז דאס ערשטע מאהל? ער איז שוין א פאקטישער סומא בארובה. ווי א עיוור בצהריים. ער זעהט נישט קיינעם, און מיינט קיינער זעהט איהם נישט.
דו תורה דארף נישט מיינע באווייזען. אבער מקען עס זעהן ווען אימער מכאפט אזא בחור, צו א שופט צו א סענאטור, זיי פלוידערן אויף תולה ארץ, זיי כאפן זיך גארנישט אז סדא אטעיפ רעקארדער אויף דעם כדור הארץ.
That is the nature of the beast
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 06:14 |
|
| |
די מעלה פונעם קונטרס איז אז עס האט א ועד פון 10 מענטשען פון גאר חשובע בעל בתים, און נישט א קונטרס בלי שם, וואס זענען באמת באגלייבט, און עס איז נישט קיין פאשקאוויל.
ובפרט וואס דער מנהל הבי"ד לאנדא האט מודה געווען אין קארט אז ער נעמט שוחד, נאר אונטער אן אנרער נאמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 17:08 |
|
| |
איך קען דעם לאנדא זייער גוט, עס שטייט אויס פון אים צו בעטן אפן שוחד, קיין הוראה האט ער נישט, ממילא האט ער נישט וואס צו פארלירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/12/2005 17:37 |
|
| |
א חלק פין די תנאים ווי אזוי מען מעג ע"פ הלכה רעדן לשן הרע איז,נאר ווען עס איז
א}לתועלת, דהיינו ראטעווען יענעם פין א שאדען
ב}מען איז איבערצייגט 100% פראצענט אז עס איז אמת
די אלע וואס הערן מעשות איש מפי איש אויף געוויסע מענטשן,אין שרייבען עס דא איבער סתם,
לכאורה איז נישט דא די צוויי אויבן דערמאנטע בללים אין עס איז רעכט לשון הרע,
איך רעד נישט פינעם קנטורוס, ווייל איך גלייב אז א רב האט געגעבן א היתיר עס צי שיקען אויף פאסט,
איך רעד פין די אלע וואס לייגען דא צי מעשות אין פארק
תוקן על ידי - שלום_משה - 16/12/2005 17:38:08
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 20:59 |
|
| |
ליידער האט מען שוין אויך געהערט פון אנדערע בתי דין וואס זענען אויך קארופטירט פון הונטען ביז ארויף, אבער מ'דארף וויסן פרטים ביי יעדע בית דין עקסטער.
און ווען מ'איז מברר אז א בית דין איז קאראפט, דארף מען עס "בענען" און זיך נישט באנוצען מיט זיי.
|
|
|
|
| נשלח ב-18/12/2005 23:56 |
|
| |
ווען קען ביטע אריינסקענען די טשעס וואס בראך האט מכלומרשט געגעבן פאר משפט שלום (שמעון מאיר לאנדא) און עס אויסגעשטעלט פאר UTA.
דער בראך האט געמאכט א גוטן דזשאב, און האט א קאפי פון UTA'ס סטעיטמענטפ ון די 1800 דאלער וואס ער האט זיי געגעבן.
אלד פעישאנד שוחד.
|
|
|
|
|