בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

היטשעס פאר טרענזיט סטרייק ליידענדער

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/12/2005 23:53 לינק ישיר 
היטשעס פאר טרענזיט סטרייק ליידענדער

אזוי ווי עס זעהט אויס אז די טרעינס אין באסעס גייען מעגליך נישט פאנקצואירן די קומענדיגע פאר טעג וועגן דעם סטרייק דארך די NYC Transit Union וואלט געוועהן א גלייכע זאך טאמער מען קען ערלעדיגן היטשעס איינער פאר די צווייטען דא אין פורום.

אויב האט איינער פלאץ אין זיין קאר צו אדער פין ווי אימער קען ער עס אראפ שרייבן (אפילו אהן אנגעבן קיין פרטים) אזוי אז די וואס זיכען זאלן זיך קענען ווענדן אין תיבה אישית וועגן פרטים.

אזוי אויך ווער עס זיכט א רייד קען בלויז שרייבן אז ער זיכט א רייד (אפילו אהן פרטים) אזוי אז די גוט הארציגע זאלן זיי קענען שרייבן אין אישית אז זיי האבן פלאץ.

פארשטייט זיך אויב קען איינער באשטיין צו שרייבן פרטים (פין ווי ביז ווי ער זוכט אדער האט פלאץ) וועט עס גרינגער מאכן דעם פראצעס.


וחי אחיך עמך



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 23:55 לינק ישיר 

מ'וועט זיך שוין מעלדן אויף אישית...

דאס אויפנעמען מענטשן אויף היטשעס דארף בכלל באהאנדלט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/12/2005 23:55 לינק ישיר 

איך קען צוריק טראגן דעם עולם קיין זינען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 00:53 לינק ישיר 

איין זאך איז זיכער אז די צוויי מגיבים דארפן נישט קיין היטשעס.

אין צוגאב, לויט ווי עס זעהט אויס וועלן אינז נישט ערשטוינט ווערן, נאר די אשכול גייט אט אט פארוואנדעלט ווערן אין די שפיל-ארט זאמד-קעסטל וואס אלע אנדערע אשכולות ווערן פארוואנדעלט. וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 00:57 לינק ישיר 

יישר כח קוטשמע פארן עפענן דעם אקטועלן נוצליכן אשכול.

איך וויל צולייגן א ווארט:

חסד מעמבער'ס! רופט אייך אן ווארימער ווי אימער, פאמיליעס פון פאציענטן וועלן זיך ווענדן צו אייך פאר הילף אנצוקומען צו זייערע פאמיליע מיטגלידער וואס ווארטן אין שפיטעלער. יישר כח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2005 00:58 לינק ישיר 

קוטשמע: איך דארף נישט קיין היטש און איך גיב נישט קיין היטש...

דער גאסט הייבט מיר אנטיילן וואס איך זאל אויסהערן און ס'איז אים צו הייס צי צו קאלט, און דערנאך באפאלט ער מיך מיט קשיות וואס ענדיגט זיך נישט ביז ווי לאנג ער קומט נישט אן, און דאס איס אפילו אויב כאפט ער זיך מיט קיין מאנטרעאל...

און יא ביסט גערעכט דער אשכול וועט אנקומען צו סאטמאר... זאל עס כאטש זיין מיט א היטש...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 01:03 לינק ישיר 

קוטשמע

עס איז א גוטע עצה, אבער נישט ריאליסטיש.

די ווייסט גאנץ גוט קיינער גייט נישט ארויסגעבען זיין אידענטיטי דא.

פאליש איך נעם דיך א היטש צו די סאטמארער אשכולות.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2005 01:04 לינק ישיר 

עפשטיין גיב א הסבר.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 02:18 לינק ישיר 

לכאורה וועט זיך סיי ווי קיינער נישט אינדעפעצירען דא פאר א היטש,
מילא וויל איך עפעס פרעגען מענין לעינן באותו ענין

איז א מצוה צי געבן א היטש, אפילו ווען מען דערלייגט דערפין????

דהיינו, היטשען נעמערס בדרך כלל

1}האקן צי די טיר פין די קאר ווען זיי גייען ארויס פין קאר,כאילו זיי שטיפען דא עפעס א שווערע זאך,אין בדרך כלל מאכט עס שאדען

2}ביי א מיני ווען, שלעפן זיי די אויטעמאטישע טיר מיט כח אפילו זיי זעען אז עס עפענט זיך,דאך שלעפט מען עס ווייל אפשר..?אין די זעלבע ווען די טיר מאכט זיך צי,

3}אויב זעט ער צעטליך אויפן זיץ, מאכט ער זיכער זיך צי זעצן דערויף מיטן נאסן מאנטעל, נאכדעם פרעגט ער, צי ער האט נישט עפעס שאדען געמאכט

4}אויב פארט מען שוין מער פין 5 מינוט, מאכט ער זיכער צי בארגען צוויי מאל דעם טעלפאון אינמיטען וועג, אדער רעדט ער אויף די אייגענע טעלפאון ,וואס מאכט היבש נערוועז,

5}אויב איז דא א קאר סיט אימיטען די סיט, אין צוויי מענטשען ווילן זיך זעצן נעמט זיך שטיפען די קאר סיט מיט כח.... עס פאלט נישט איין אז מען צירייסט עס,
אפשר מאכסטע אויף דעם בעלד דערפין??? אדער אפשר גיי די אנדער זייט קאר פין די קאר?? ניין מען שטיפט מיט עס כח ביז...??

איז מיין שאלה ברויך מען געבן היטשעס?????



תוקן על ידי - שלום_משה - 16/12/2005 2:21:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 03:12 לינק ישיר 

פויליש:
דיר געב איך א היטש עניטיים, אפילו ס'וועט זיין א באנטש נויז, וועט עס אבער זיין אנגענעם!

OK געניג מיט חנופה.

שלום משה:
איך האלט אז מען ברויך געבען היטשעס אפילו עס קימט אן שווער.
געדענק דאס ווארט: ווער זאגט אז צי זיין א יוד איז גרינג?

דאס איז איין מיטל פין הכנסות אורחים היינטיגע צייטען, וואס איז פין די גרויסע מצוות, אין די מצוה איז נישט גרינג.

שטעל דיך פאר אז די נעמסט אריין א פרעמדען יוד פאר א שטיק צייט ביי דיר אין הויז, דאס איז זיכער נישט גרינג,
א היטש איז לכאורה גרינגער.

לפום צערה אגרא!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 03:15 לינק ישיר 

איך זע אז יעדער שלאפט, וועל איך אויך גיין, א גיטע נאכט. שששש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 03:29 לינק ישיר 

מארגען איז וויכטיגער די היטש אויף צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2005 05:41 לינק ישיר 

איידער איך בין געווארן משנה למלך,
ער שרייבט דאך קלאר ארויס "אן ארויסגעבן פרטים"
נו, לאמיר זאגן אזוי,

ניק א' מעלדט "עס וועט זיין א קאר 8:30 צופרי קיין 5 עוו. און 48 ווער עס וויל זאל מעלדן אין אישי. (אן ארויסגעבן פרטים)

ניק ב' און ג' און ד' מעלדן זיך אין אישי. מען קומט אן צופרי צום ארט און יא א קאר ווארט דער דרייוער ווייסט טאקע נישט ווער פון די דריי איז ב' ג' אדער ד', אבער לעומת זה ווייסן דריי יידן ווער ניק א' איז.

איי איז וואס? יעדער פארשטייט דאך אז אונטער א ניק באהאלט זיך א לעבעדיגער מענטש.

דעריבער ראט איך אז דער וואס געט דעם היטש זאל טוישן ניק, אזוי ארום וועט מען נישט וויסן וואסערער משוגענער שרייבער ער איז.
אלזא, איך מעלד שוין:
אין די ערשטע טאג פונעם סטרייק וועט א שווארצע טונקעלע מורצעדעס זיך אפשטעלן 8:35 ביי די צווייטע פאמפ אויף העוועמייער צווישן דיווישאן און בראדוועי, פיר אידן האבן פלאץ. די טירן עפענען זיך "נישט" אליינס, אנטי סלעם דורס. קיין סעלפאונס ערלויבט, נישט זיצן אויף פעיפערס, אויב רעגנט פיץ ענק אפ אינדרויסן.

איינער וויל נאך קומען מיט מיר...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 05:54 לינק ישיר 

די וויליאמסבורג - בארא פארק באסעס, גייען אויך אויף סטרייק אויב עס וועט זיין????



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/12/2005 07:09 לינק ישיר 

א שווארצע טונקעלע מורצעדעס ????

פוי!

אבער וואס איז מיט ריידס צוריק קיין ב"פ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/12/2005 21:28 לינק ישיר 

שלוםמשה!!!!!!

איך געב אויך היטשעס, אין איך האב נאך קיינמאל נישט באגעגענט דעם סארט עלעמענט וואס די שרייבטס דא.

איך האב מורא אז די דארפסט פשוט א נייע פאר ברילען.

ומכאן קריאה רבה, אויב עס וועט זיין א סטרייק זאל מען מאכען א ווינקל וואס דארט זאלן אלע קארס וואס פארען דורכגיין.

וחי אחיך עמך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > היטשעס פאר טרענזיט סטרייק ליידענדער
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext