מארגן קומט פאר די גרויסע מסיבה אין יאנג איזראעל לכבודו פון ר' דניאל ביטון.
דערווייל האב איך נישט געהערט איבער דעם איד. איך קען דעם נאמען נאר ווייל ער ערשיינט אין יעדן באנד פון די וואונדערבארע המאור חומשים.
אבער וואס מיר האט געמאכט שרייבן די שורות איז אז דארט גייט אויפטרעטן הרהגה"צ ר י. מנשה סופר שליט"א. דער שרייבער וואס האקט אויף די מדינה הציונות וואך איין וואך אויס, און מאכט פון זיי עפר ואשפה, און טרייבט פון זיי לצנות אן א שיעור, אינטערעסאנט אז די מדינה קען נאך אנגיין נאך אזעלכע שארפע ארטיקלען.
דעריבער, ווער עס וויל האבן די זכי' צו זען דעם בארימטען שרייבער אין "די צייטונג" און הערן פון זיין הייליג מויל דאס וואס ווערט אזוי ברייט צולייגט מיט אזא שארפקייט אינעם פאפיר, זאל זיך נישט פוילן און ערשיינען בהדרו אין יאנג איזראעל.
נשלח ב-18/12/2005 02:14
דיפלאמאט
די מישט צווי זאכו
דער ר' דניאל ביטון פון די "המאור" חומשים איז גאר אן אנדערער ר' דניאל ביטון פון כולל "יורו משפטיך ליעקב".
נשלח ב-18/12/2005 02:20
אבער הרב ישראל מ. סופר, איז יא דער זעלבער וואס גייט רעדן די דרשה, כאטש ער האט אן אנדערער נאמען?
נשלח ב-18/12/2005 04:10
דער הרב דניאל ביטון פון די המאור חומשים דארף נישט קומען קיין וויליאמסבורג שאפען געלט.
ער האט פראכטפולע בנינים אין ארץ ישראל אין ווערט פון שווערע מיליאנען וואס זענען באצאלט געווארען פון ספרדישע מיליאנערן בעיקר פון דרום אמעריקע.
ווי איך הער האט ער אויף אפגעקויפט דעם ביקור חולים שפיטאל לעצטענס..
דער הרב ביטון וואס קומט קיין ווילי, איז פון די נטורי קרתא. אין איך מיין אז ער איז שוין געווען אין תפיסה ביי איינער פון די מערכות.
נשלח ב-18/12/2005 04:30
ער דניאל ביטון וואס קומט איז נישט פון די חומשים און ער האט אויך גאנץ קנאפ צו טאהן מיט נטורי קרתא. ער איז א זאך פאר זיך, און גאנץ א צודרודעלטער זאך צודערצו. פרענק בלייבט פרענק..
דו אבער ביזט א היימישער שיכנוזי דערפאר ביזטו ב"ה פון די גרעסטע מחוצפים אויפן היידפארק.
אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו (לשיר בניגון של מצוה גדולה) ג"פ
ואחח"כ לשיר ברוך אלוקינו בניגון של אין אנו מאמינים.
נשלח ב-18/12/2005 16:01
באטשי זיסער
האסט א קליין טעות. דער וואס גיט ארויס די חומשים איז אן אנדערע צעדרודעלטער פרענק, וואס קומט נישט.
נשלח ב-18/12/2005 16:14
וואסא
לויט ווי דו האסט געשריבן האט אויס געזעהו ווי דו האסט געמיינט דעם פרענק פון המאור, אויב נישט מיינסטו איהם יעצט.
דער פון די נטורי קרתא איז דאך נעבעך א תינוק שנשבה לבין האשכנזים, ווי פארשטייט זיך די חכמי השיכנוז האבן די אויבערהאנט.
זינג נאכאמאהל ...אשרנו מה טוב חלקנו, בניגון הידוע של: ציוניסטן אגודיסטן
נשלח ב-18/12/2005 16:22
באטשי
דאס איז געווען מיין פאריגע תגובה.
"דער דניאל ביטון וואס קומט איז נישט פון די חומשים"
ביטע ליין פאר דו רעאגירסט.
נשלח ב-18/12/2005 17:24
ער דניאל ביטון וואס קומט איז נישט פון די חומשים און ער האט אויך גאנץ קנאפ צו טאהן מיט נטורי קרתא.
ער איז א זאך פאר זיך,
און גאנץ א צודרודעלטער זאך צודערצו. פרענק בלייבט פרענק..
סארי
איך האב געליינט און נישט קלאהר פארשטאנען.
אבי איך האב אבער מכווין געווהען אל העמעס, פון דיין צווייטע תגובה
נשלח ב-18/12/2005 21:17
וואסא דיף
ער איז צעדרודעלט?
ער איז גארנישט צעדרודעלט, דו ביסט געווארן אויף אים אביסל צעדרודעלט ווען ער איז אין תשנ"ד ארויס געקימען שארף אקעגן די טריפהנע גע'אסרטע פאבליק סקול אין מאנארא,
ער איז פין די בני עלי' שבמערבא, ער שטרעקט זיך די האלז פארן אויבערשטן, מראשי מערכות ישראל, צי ביי קברים, צי ביי חיטוטי מתים, ועוד,
נשלח ב-18/12/2005 21:56
כשריקע
יא, ער איז צעדרודעלט. ער האט זיך צושלאגען מיט ר' משה בער בעק, ער האט זיך צושלאגען מיט ר' ישאל מאיר וויינטרויב, ער האט זיך צושלאגען מיט תורה ויראה אין א"י. פרענק בלייבט פרענק.
ס'לייכט אויסצושטרעקען א האלז ווען ס'ליגט גארנישט דעראויף.
אפשר א הוט האלטער.
נשלח ב-18/12/2005 22:08
ליסטע פון בעלי מסירות נפש.
ר' דניאל ביטון,
ר' אלטר משה גאלדבערגער
ר ישראל דוד ווייס,
ר' משה בער בעק,
ר' אברהם גראמאן פון לאנדאן,
לייג צו ווער נאך.
נשלח ב-18/12/2005 22:09
WASSA
וואטש יור לענגווידזש
ער איז א ת"ח ,יר"ש, און בעל מסי"נ
ובעיקר,
"ער מיינט וואס ער טוט מיטן גאנצע אמת"
וזה הכל!
איך אויף דיין פלאץ וואלט אראפגענומען די תגובה אין אים
מפייס געווען.
דהמבזה ת"ח, אין לו רפואה למכתו
כדכתיב עד עלות חמת ה' עד לאין מרפא