| נשלח ב-25/12/2005 21:33 |
|
| |
OORAH ! מה טיבו של עובר זה ??
די לעצטערע פאר יאר קומט אויף פאסט א גיגאנטישע הגרלה בוקלעט וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די מוסד "עורה".
ווייסט איינער עפעס איינצעלהייטן איבער זיי ?
וואו איז די מוסד הויפטקווארטירט ?;
פארוואס האט מען קיינמאל נישט געהערט ביז דאן פון זיי ?
די אלע רבנים וואס ענדארסן עס לעבן שוין ניטש, איז דא לעבעדיגע רבנים וואס קענען די אקטיוויטעטן ?;
בנוגע זייער גורלות, לויט ווי מען שמועסט איז דאס א פריוואטער ביזנעס מאן וואס מאכט מיליאנס און ער שטעלט צו די אלע ווערטפולע מתנות, און בלויז עפעס א חלק געט ער אראפ צו די קירוב רחוקים ארגאניזאציע , איז דא טאקע אזוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:38 |
|
| |
דער מוסד איז הויפטקוואטירט אין לעיקוואד, מען האט אלעמאל געוויסט צו זאגען פון זיי.
זיי זענען אויפן סטייל פון נחמת ישראל אריינלייגען קינדער אין מוסדות נאר אויף א סאך גרעסערער פארמאט, און נישט נאר פאר רוסישע.
איך ווייס מכלי ראשון וויפיל אידישע קינדער זיי זאלען שכר לימוד נאר אין סטעטען איילענד.
דאס וואס די האסט געשריבען וועגען זייער גורלות איז לכאורה סתם א שקר אן הענט און פיס.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:48 |
|
| |
מלוה מלכה
ביטע ציה צוריק פון דיין באשולדינגונגן
וואס זענען באזירט אויף שקר, פאנטאזיע, אדער ווער ווייסט וואס
פרעג דיר ביטע נאך
איין קליינע פראגע, דו הערסט די ערשטע מאל פון קיוקאמבער פריפעיד, אדער לאנג דיסטענס סערוויס
אויב ביזטו א 'ניו קאמער' גיב איך דיר די בענעפיט אוו די דאוט, אז נישט....
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 21:54 |
|
| |
אויב איז אמת וואס איר שרייבט דאן ציה איך צוריק
איך האב קיינמאל נישט געוויסט קיין פרטים פון זיי
.
מיט טיפע אנטשולדיגונג
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 22:37 |
|
| |
עורה איז א מוסד וואס גיט זיך שוין יארן אפ מיט קירוב רחוקים.
לעצטנס האבן זיי זיך גענומען שטופן דיסעיבעלד קארס...
|
|
|
|
| נשלח ב-25/12/2005 22:57 |
|
| |
אויב "יארען" מיינט 6-7 יאר זענט איר גערעכט, אבער נישט מער, און אויך נאר דורך די אקציעס ווי כינעזער אוקשינס וכדומה
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 17:44 |
|
| |
לכאורה זענען זיי קאנקורענטן מיט חברים, זיי אדווערטייזן א בילד ווי זיי שטופן שטעקן-געבליבענע קארס..
|
|
|
|
| נשלח ב-26/12/2005 21:17 |
|
| |
איך קען דעם מייסד, ער הייסט הרב מינץ, ער איז טאקע די לעצטע פאר יאר געווארען אסאך גרעסער זייט זיין זון וואס איז א גרויסער מוצלח העלפט אים מיט אלע פראיעקטן.
|
|
|
|
|