בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

צדקה פאר איינעם וואס וויל נישט ארבעטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2005 05:44 לינק ישיר 
צדקה פאר איינעם וואס וויל נישט ארבעטן

לכבוד חנוכה וויל איך שטעלן דא א שאלה.

איך בין זיכער אז יעדער קען איינעם אדער צוויי, וואס גייט נאך געלט ווייל ער איז א גרויסער ארימאן, אבער ווען מען באטראכט אים פון דער נאנט, זעט מען אז זיין גאנצער עניות נעמט זיך נישט ווייל ער איז א שלימזל א לא יוצלח, נאר ווייל ער איר א פשוט'ער פוילער שטריק, און האלט נישט ביים גיין ארבעטן ווי דער סדר העולם איז, און עס איז אים גרינגער צו גיין פון נגיד צו נגיד, וואס איז, ווי די יודעי דבר וועלן אייך דערציילן גאנץ א גוטער פרנסה, ווייל געווענליך דארף מען אריינלייגן פיל ווייניגער שעות און מען קען פארדינען הערליך-שיין דורך שנארעריי.

שטעלט זיך די פראגע, און אסאך האבן שוין זיכער אפגע'פסק'נט אז אזא איינעם דארף מען נישט געבן, און אדרבה פילע האבן שוין אפגעמאכט אז מען "טאר נישט" געבן אזא איינעם, ווייל דאס איז נישט ווי די וועלט איז אויסגעשטעלט געווארן, נאר מען דארף גיין ארבעטן כדי צו פארדינען.

איך וועל נישט מאכן קיינע לאנגע הקדמות און דא שטעלן עטליכע מראה מקומות ווי אנצוהייבן.

אין סמ"ק שטייט אזוי: "לא תאמץ, שלא תאמר מה לנו לסייע לפלוני אם היה רוצה היה מרויח יותר מצרכו תלמוד לומר לא תאמץ". זעט מען אז מען דארף געבן אפי' אויב וואלט ער געקענט גיין ארבעטן.

ווידער איז דא א שטיקל כלי יקר וואס האלט פונקט פארקערט, נאר איך האב עס נישט פאר מיר, אפשר שפעטער וועט עס נאכקומען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 05:59 לינק ישיר 

אז דו ווילסט גיב ענדערש ווייניגער און טייל איהם נישט איין וואס צו טוהן
וועסטו יוצא זיין אלע דיעות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 06:38 לינק ישיר 

קענסט קיינמאל נישט וויסען וואס טוט זיך ביי יענעם, אפילו דיר זעהט אויס ער קען גיין ארבייטען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 07:44 לינק ישיר 

איך האלט אז איינער האלט שוין נאכן בושה אין שטרעקט שוין אויס זיין האנט נאך א נדבה, דארף ער עס זיכער האבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 17:40 לינק ישיר 

איך קען א פאל ווען אן אזוי גערופענער "פוילער איד" האט נישט געקענט גיין ארבעטן, עסקנים האבן אים מיט געוואלד געשאפן א פאסטן און צוגעשטעלט צו די עבודה.
דער סוף איז נישט געווען א גוטער. ער האט נעבעך אינגאנצן צוזאם געבראכן, זיינע נערוון האבן פשוט נישט געקענט פארטראגן די עול פון ארבעטן. מען זאל נאר נישט געפרואווט ווערן.
בכלל איז דא א ענין פון "אין בודקין אחר מזונות", וואס קען זיין אקטועל אויך אין די סארט פעלער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/12/2005 21:31 לינק ישיר 

מיין מנהג איז אז ביי קליינגעלט פרעג איז נישט קין קשיות.

ביז פופציג $ פרעג איך אפילו נישט פאר וועם, אז עסקנים בעטען זענען זיי באגלייבט.

אויףגרויסע צוועקן העכער 1000$ מוז מען מאכען חקירות ודרישות, אבער ביז דאן לאזט מען מנוחה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 02:18 לינק ישיר 

וואס איז דיין מנהג ביי סכומים צווישען $51 - $999?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2005 09:41 לינק ישיר 

דיפלאמאט
עס ווענד זיך אין די מאס פין אהבת ישראל. אויב מען האט איינעם ליב, האט מען נישט קיין קשיות, און אויב נישט, וועלען אלע תירוצים נישט ארבעטען.
אמאהל דאכט זיך אז יענער קען גייט ארבעטען, עס קען זיין, און מען מוז נישט געבען א גרויסער נדבה, אויב מען איז חושש פארען סמ"ק איז מען יוצא מיט א פרוטה, מען מוז נישט געבען קיין פיפציגערס.

אוודאי איז דא עניים שאינם מהוגנים, אבער דאס מיינט נישט אז לגבי זיי איז נישט דא קיין מצוה פין צדקה.

עס איז אויך דא א דרשה אויף די מחסורו אשר יחסר לו, אפילו עבד לרוץ לפניו, דאס הייסט אז מען דארף צושטעלען פאר יעדעם לויט זיין געברויך.

די גמרא זאגט פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות, איז זאג מיר ר' דיפלאמאט, מיינט דאס אז טאמער איינער וויל נישט מפשיט זיין די נבלה איז נישט דא קיין מצות צדקה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2005 17:59 לינק ישיר 

איך וועל נישט ארויפלייגן דעם כלי יקר, און אויך א תשובה אין חת"ם סופר, וואס האלט עטוואס אנדערש ווי אייך, כדי נישט אפצושוואכן אייער גרויס אהבת ישראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 19:34 לינק ישיר 

שלום שטוב

אזא ברייט הארץ. WOW

BTW צדקה הייסט לעניים, נישט לרמאים
אויב דו גיסט פאר זיי ביזטו פלעין א יאלד, A SUCKER
אויב דו גיסט זיי און פארדעהם געסטו ווייניגער פאר וועם מ'דארף באמת געבן? ביזטו א שוטה.
אויב דו גיסט זיי דיין מעשר געלט ביזטו א גנב אויך.

צדקה געבן איז א מצווה ווי אלע מצוות. מדארף צולייגן קאפ.

אפשר גיסטו פאר יעדן איינעם ווייל דו ביזט פויל נאכצוקוקען צו יענער איז טאקע א נצרך?

אדער אפשר באדערט דיך דיין קאנשענס (געוויסן) ווען דו טראכסט: מיר גיט אויך דער אייבירשטער אפילו איך בין נישט ווערט.

קען זיין אבער דאס שטייט נישט אין הלכות צדקה.
פורים איז כל הפושט יד נותנים לו
און אין בודקין למזונות.
אבער סתם א פושט יד...

אדרבה ווי איז דער מקור פון דעהם?

רוב פון די רמאים האבן מעהר געלט פון דיר





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 22:55 לינק ישיר 

אידן האבען א שמעק ווער איז א ערנסטער נצרך אין ווער איז רמאי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/12/2005 23:11 לינק ישיר 

די קארגע אידן האבן גאר א שטארקע שמעק...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/12/2005 06:04 לינק ישיר 

וואשטי
די ענטפערסט שלא מענין.
אונז רעדען וועגען איינער וואס איז באמת א נצרך, נאר ער וויל פשוט נישט ארבעטען, די רעדסט פין א רמאי, איינער וואס דארף נישט און גייט נאך געלט. ער איז פשוט נישט קיין עני, איז פשוט אז ביי אים איז נישט דא קיין צדקה.
ממילא ר' וואשטי, נעקסט טיים ליין פאר די שרייבסט!!

איך האף איך האב דיך נישט גערעגט, ווייל עס איז נישט קיין סגולה זיך צו געפינען אין דיינע ד' אמות ווען דיין פעדער צולאזט זיך......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 05:04 לינק ישיר 

איך האב אמאל געהערט א גוט ווארט וועגן געבן צדקה פאר איינעם אן פרעגן שאלות (אזוי ווי למי מה למי את מי מתי איה איך ולמה)

דער אויבירשטער פירט זיך מיט אונץ מידה כנגד מידה, קיינער פון אונץ קען נישט זאגן אז אונץ זענען צדיקים און עס קומט זיך אז דער אויבירשטער זאל אונץ געבן געזונט, פרנסה, נחת,
נאר וואס דען השי"ת ברוב רחמיו וחסדיו איז זיך מרחם אויף אונץ לפנים משורת הדין, אין אינעם זכות וואס מיר וועלן געבן פאר יעדע פושט יד אן פרעגן שאלות וועלן אונץ אויך באקימען פונעם באשעפער אלעס וואס אונץ בעטן אן קיין שאלות צי אונץ זענען עס ווערט אדער נישט (איז עס א גוטע דיל?)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 06:49 לינק ישיר 

באטשי
ביסט שוין אנגעקומען צו מואס באחרים העושים



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2005 06:50 לינק ישיר 

דער פוסקים האבן אהן געשריבן גאנצע הלכות און הלכות צדקה ודיני קדימה בצדקה, קומט צוגיין א אייד מיט א CUTE סברא, און בלאזט אלעס אוועק.

ווייל ער פיהלט בעסער אזוי,


שו"ע יורה דעה סימן רנא
(ז) חייב להקדים להאכיל הרעב מלכסות הערום:
(ח) איש ואשה שבאו לשאול מזון מקדימין אשה לאיש וכן אם באו לשאול כסות וכן אם באו יתום ויתומה לינשא מקדימין להשיא היתומה:
(ט) היו לפניו עניים הרבה ואין בכים לפרנס או והלוי לישראל והישראל לחלל והחלל לשתוקי והשתוקי לאסופי והאסופי לממזר והממזר לנתין והנתין לגר והגר לעבד משוחרר במה דברים אמורים בזמן שהם שוים בחכמה אבל אם היה ממזר ת"ח וכ"ג עם הארץ ממזר תלמיד חכם קודם (ואפילו חכם לכסות ועם הארץ להחיות ואשת חבר כחבר) (ב"י מהירושלימי) וכל הגדול בחכמה קודם לחבירו ואם היה אחד בהם רבו או אביו אע"פ שיש שם גדול מהם בחכמה רבו או אביו שהוא תלמיד חכם קודם לזה שהוא גדול ממנו:
(י) מי שבא ואמר האכילוני אין בודקין אחריו אם הוא רמאי אלא מאכילין אותו מיד היה ערום ובא ואמר כסוני בודקין אחריו אם הוא רמאי ואם מכירין אותו מכסין אותו מיד:
(יא) רבי שהיה מצטער שנתן פתו לעם הארץ משום דהוו שני בצורת ומה שהיה אוכל עם הארץ יחסר לתלמיד חכם הא לאו הכי חייב להחיותו אם בא לפנינו מת ברעב חייב להחיותו אע"פ שהוא ספק אם יחסר לתלמיד חכם אחר כך:


איך מיין אז הלכות צדקה איז ארויס געלאפן פון שולחן ערוך,

סאיז געגאנגען זוכן הלכות עירובין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > צדקה פאר איינעם וואס וויל נישט ארבעטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext