בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

נאכקאפירן טעיפס סידיס מותר? או אסור?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/12/2005 21:30 לינק ישיר 
נאכקאפירן טעיפס סידיס מותר? או אסור?
מצורף קובץ

דער עולם איז אביסל מקיל אין נאכקאפירן סידיס און טעיפס, פיל טינט איז שוין פארגאסן געווארן אין די תשובה ספרים איבער דעם נידון

איך האב געטראפן 2 בריוון פון רבנים אין דעם נושא, פאר "אדרת"





דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 21:35 לינק ישיר 

שוין געווען אן אשכול אין די נושא נישט לאנג צוריק. קענסט עס אויפזוכען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 21:38 לינק ישיר 

וואסא-דיף: וואס האסטו מורא, וועסט נאךאמאל הערן אז עס איז נישט אזוי גלאט ווי וואלסט געוואלט אז עס זאל זיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 21:49 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 21:49 לינק ישיר 

איך האב נישט קיין מורא. איך האב א היתר (העט ער געווען אן עהרליכע איד, העט-ער עס נישט געטוען) און ס'מיר גענוג.
איך האלט אבער אז ס'א שאד איבערצוקייען די זעלבע זאכען נאכאמאל און נאכאמאל, בפרט ווען איין זייט האט שוין נישט קיין נערווען רעאגירען און ס'וועט אויסקומען אן איינזיטיגע בילד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 21:51 לינק ישיר 

וואסא, מען פרובירט ארויף צו ברענגן א נארמאלע נושא

לייג צו א פלייצע!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2005 23:58 לינק ישיר 

אינגעמאן
מ'האט שוין איבערגעמועסט דעם נושא, איך האב שוין געשריבען וואס איך האב צו זאגען און איך האב נישט קיין כח איבערצושרייבעןץ פארוואס זאלסט דו נישט אויפזוכען די אלטע אשכול?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 00:00 לינק ישיר 

נעווער מיינד, איטס אקעי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/12/2005 09:49 לינק ישיר 

דער אמת איז אז על פי הלכה איז כמעט נישט דא קיין איסור מצד גזל, אבער רבנים פראבירען מחדש זיין אן איסור פין מזיק.
עס איז פשוט אז עס איז אסור אלץ ואהבת לרעך כמוך.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 05:18 לינק ישיר 

איך האב געהערט פון איינעם וואס האט געפרעגט א שאלה, אז מאכן א קאפי פון א טעיפ איז נישט קיין איסור נאר ווען מען מאכט עס פאר מסחר, אבער מאכן א קאפי פאר א חבר אדער משפחה דאס איז נישט א זאך וואס מען קען אסרן אפילו עס שטייט אויפן טעיפ אז מען טאר נישט, אין די זעלבע זאך איז לגבי מאכן קאפיס פון ספרים און באקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 09:16 לינק ישיר 

און וואס איז מיט פאטאגרעפער פיקטשערס? אז מהאט אים באצאהלט פאר זיין ארבעט, און נאך תבין ותקלין, קען ער נאך האלטן די נעגאטיווס האסטעדזש? און טשארדזשען 10 ביז 50 מאהל מער, ווען מדארף נאך קאפיס, ווי עס קאסט ווען מען האט די נעגאטיווס אדער די אימעדזש פייל, פשוט ווייל ער האט דאס אין קאנטראקט? אין אמעריקא איז דא א געזעץ, אז אויב עס איז נישט אויסגעהאלטן, מעג דאס זיין אין קאנטראקט, איז עס גארנישט ווערד, וועגן דעם טאקע זעט מען אין די גיטע קאנטראקטן "אז אויב עס וועט זיך ארוישטעלן אז עפעס איז דא נישט אויסגעהאלטן זאל דאס נישט מבטל מאכן די גאנצע קאנטראקט"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2005 17:23 לינק ישיר 

פארוואס זאל ער נישט מעגען האלטען די נעגאטיווען פאר זיך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2005 18:19 לינק ישיר 


what about Ipod- mp3 ???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2005 20:01 לינק ישיר 

מהאט דאך אים זייער גיט באצאלט פאר די ארבעט, זאל ער אהערגעבן די סחורה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/1/2006 23:46 לינק ישיר 

ע"פ הלכה טאר מען נישט מאכן קאפיס אויף מסחר ווי איינער האט שוין גשריבן ווייל עס איז השגת גבול אבער מאכן א קאפי פאר זיך קען מען נישט אסר'ן אפי עס שטייט קלאר נמכר בתנאי שלא להעתיקו אדער אויף די מעשה ביכלעך אסור להשאילו ווייל קודם איז נישטא קיין תנאי כפול און אפי' מען וועט מאכן א תנאי כפול איז פשט אויב איז מען עובר אויפן תנאי איז די מכירה בטל
לאמיר זעהן א סטאר זאל צוריק נעמען א אפענע טעיפ ווייל די מכירה איז בטל
און וויבאלד עס איז נישטא קיין תנאי איז אין אדם אוסר חפצו של חבירו אז איך האב געקויפט א טעיפ מעג איך טוען מיט דעם וואס איך וויל איך מעג מאכן קאפיס אדער בארגן נאר פארקויפן איז דא א איסור פון משיג גבול

אבער אלס מדת חסידות איז נישט כדאי דאס צו טוען ווייל ביסט נהנה פון מעשה ידיו פון יענעם וואס יענער האט זיך געמיטשעט אויף דעם אן באצאלן
כך נראה לי
אזוי פארשטיי איך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > נאכקאפירן טעיפס סידיס מותר? או אסור?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext