האט "בטחון" וועט אלעס זיין גוט...
וואס איז דאס בטחון?
מענטשן האבן א טעות איז דעם מושג פון בטחון און מיינען אז דער אפטייטש דערפון איז, צו זיין פארזיכערט אז עס גייט מיר זיין גוט, לויט ווי "איך" וויל עס זאל זיין.
דאס איז א גרויסער טעות, ווייל בטחון מיינט אז עס וועט מיר זיין גוט, לויט ווי דער באשעפער זעט אז דאס איז אין מיינע בעסטע אינטערעסן.
א שטיקל חובת הלבבות (פרק א) וואס ברענגט ארויס וואס דאס איז:
מהות הבטחון הוא, מנוחת הנפש של בעל הבטחון, ושיהיה לבו סמוך על מי שהוא בוטח עליו, שהוא עושה את מה שהוא טוב ונכון עבורו, בדבר שהוא בוטח עליו, בהתאם ליכלתו וידיעתו בדברים שהם לטובתו.
עס איז דא פיל פיל צו שרייבן אין דעם ענין. איך האף זיך צוריקצוקערן דערצו גאר בקרוב.
|
|