בושל2000
מאהל דיר אויס אזא סצענע
ס'דאנערשטיג אינדערפרי, האלב נאך אכטע, א גאס אין בארא פארק פול בלע"ה מיט מאמעס אהן מאנטלען מיט קליינע קינדערלעך, האלב פון זיי רונט די נאז, לאנגע געלע באסעס ציהען אריין, אלע קארס זענען אויף די לינקע זייט גאס דאבל פארקד. איין יצמח האט באשלאסן היינט צו שלאפן שפעט אין זיין קאר אויף די רעכטע זייט, און שטייגט ארויס ווי דאס בינטל חמץ נאך די בדיקה, דער גרויסער שטאטישער קער מאשין קען נישט דורך פארן, די באסעס אויס געשורה'ט אוטער איהם ווי אידען צו ערב פסח מצות. מפייפט, מ'שרייט, קינדער וויינען, מאמעס זענען נערוועז, ווערן פארפרארן און פארקילט, די קארס זענען שוין אנגעהויפנט ביז אריין אין די עוועניו, איינער א מחוצף וויל שוין נעמען מאכן א רצוא ושוב, "נעמען אף קריק" די עוועניו טרעפיק מיט די מילך דעליווערי טראקס לאזן נישט. סאיז ששון ושמחה ליהודים, דער מענהטען באס פארשפעטיגט, אידן מיינען אז ער איז שוין געפאהרען, און נעמען די טרעין, ווערן נכשל מיט ראיות אסורות רח"ל, קומען אהן שפעט צו די ארבעט, איינער פארשפעטיגט שוין צום דריטן מאהל, און פארלירט זיין דשזאב, שלום בית ווערט צושטערט, א גט מיט לעבעדיגע יתומים...
אין ער זיך שלאפט געשמאק און חלומט פון ותרענה באחו..
קומט דיר נישט לכה"פ צו קראצן א פענסטער?
וואס האסטו געוואלט? א תלמיד השבוע?
 |
|
|