בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

אינטרנט אסיפה מונסי - לעקוואד סטייל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/1/2006 18:59 לינק ישיר 
אינטרנט אסיפה מונסי - לעקוואד סטייל

עס קומט פאהר היינט - עשרה בטבת - אן אסיפה בראשות ר' מתתיהו סאלאמאן שליט"א אין די "עיר התורה" מונסי. אלע מנהלי המוסדות (גשמיים ורוחניים) זענען געלאדענט.

מען ברויך נישט זיין א שטערנזעהר צו וויסען וואס גייט דארט פארקומען.

אייערע מיינונגען ביטע.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2006 19:05 לינק ישיר 

אין לעקוואד האט מען ארויסגעווארפן אינגערלייט פון כולל ווייל זיי האבען פארמאגט דעם טריפענעם קומפיוטער (אהן א אינטערנעט).

קומען די גזירות קיין מונסי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2006 20:32 לינק ישיר 

וויזוי ווייסט מען ווער עס האט א קאמפיוטער, מ'זוכט אונטער ביי די הייזער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2006 20:56 לינק ישיר 

איך האב געהערט דערפון אין זיי ווילן מאכן שטרענגע תקנות
די שאלה איז אויב עס איז דא מיט וועמען צו גיין צום טיש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2006 21:24 לינק ישיר 

עס איז בלי שום ספק אז די אינטערנט קען גורם זיין צו
אומווערדיקייטען, די שאלה איז נאר וואס מען טיט זיך צו באווארענען.

די רבנים פארגעסן אז אין אפאהר יאהר וועט מען ניצען א קומפיוטער מער ווי א טעלעפאן. אמאהל האבען מאנכע געוואלט אסור'ן דעם טעלעפאן מורא האבענדיג עס וועט ברענגען אומווערדיקייטען.

אלזא לאמיר מאכען א חשבון הנפש, האט די טעלעפאן געהאט א האנט אין טויזענטער מכשולות? מנהסתמא יא, אבער ווער האט נישט א טעלעפאן אינדערהיים צוליב דעם? וועלעכע רב האט נישט פינעף טעלעפאן ליינס?

עס איז א גזירה שהציבור אינו יכול לעמוד בו.

אנשטאט טראכטען פון עיצות ותחבילות מאכט מען א "סלעם דונק" איסור.

עס וועט האבען פינקט די פארקערטע תוצאות!

אייערס אמתדיג
טשולנט טאפ


תוקן על ידי - טשולנט_טאפ - 10/01/2006 21:52:38



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 01:33 לינק ישיר 

יא טשאלענט אינטערנעט איז אסור און די רבנים וואלטן ווען עס געקענט אסרן.
נאר די היינטיגו סטייל פון רבנים איז צי ארויס געבן אן איסר אויף יעדן נארישקייט, און די עולם איז שוין ציגעוווינט אז יעדן שני וחמישי איז דא נאך א איסר אויפן גאס, במילא ווען עס מאכט זיך אז מען געט שוין ארויס א נארמאלן איסר האט עס נישט קיין כח ווייל די עולם האלטן עס שוין נישט חשוב,
די גמרא זאגט אנהייב מסכת ביצה אז "כוחא דהתירא עדיף" דאס מיינט אז צי מתיר זיין איז חשוב'ער פון אסרן ווען די היינטיגע רבנים וואלטן געוויסט פון די גמרא וואלטן מיר אלע בעסער אויסגעזעין מען וואלט ווען מחשיב געווען אלע איסורים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 22:56 לינק ישיר 

איך האב געהערט א גוט ווארט, די איסור אויף ליפא'ס טעיפ האט דאסמאל געקאסט ווייניגער ווייל זיי האבען באקומען א טו-פאר-וואן דיעל צוזאמען מיט מציצה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 23:05 לינק ישיר 

גענומען פון שייןהויך

http://masoret.hevre.co.il/hydepark/search_user.asp?userid=260654

הרב ר טשאלנט טאפ:

דו ביזט טויזנט אין איין פארצענט גערעכט. אבער דו דארפסט געדענקען איין זאך.

ווי לאנג מען קען אפשטיפן דעם מחלה פון קאמפיוטער בכלל, און אינטערנעט בפרט, זענען אונזערע דורות פארזיכערט אויף א לענגערע צייט. ד.ה. אנשטאט די צווייטע דור זאל צוגרינד גיין, וועט עס זיין ביי די דריטע אדער די פערדע.

איז דאס נישט קיין וויכטיגע זאך?

נאך עפעס:

ווי מער די אלגעמיינער עולם וועט זיך צושטעלן צו די רבנים, אלץ מער זענען אונזערע דורות פארזיכערט.

נעם צום ביישפיל די מערכה קעגן די טעלעוויזיע. ווען אונזער עולם זאל פייפן אויף די רבנים, או טעלעוויזיע זאל ווערן א חלק פון אונזער טאר-טעגליכן לעבן, וואו וואלטן מיר היינט געשטאנען?

עס איז זיכער אז יעדע טריט קעגן דעם אינטערנעט, איז א טריט אוועק פון אונזערע קינדער צו די גאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 23:40 לינק ישיר 

הצלה, שיין הויך,



גערעדט ווי א איד!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2006 23:42 לינק ישיר 

אהה איך האב נישט געוואוסט אז מאנסי עיר התורה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > אינטרנט אסיפה מונסי - לעקוואד סטייל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext