בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

"דף היומי" הייבט אן א פרישע מסכת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/1/2006 03:51 לינק ישיר 
"דף היומי" הייבט אן א פרישע מסכת

דער דף היומי צו וואס טויזנטער אידן איבער דער גארער וועלט זענען אנגעקניפט אין איר טעגליכן סדר, גייט איבערמישן דעם דף צו א נייע מסכת. דאס געט א געלעגנהייט פאר די וואס זענען נישט אנגעקומען זיך מיטצוכאפן ביז יעצט, אז מען וועט האבן די מעגליכקייט צו א נייע התחדשות, און פאר די וואס האבן צוליב פוילקייט געלאזט אוועקרינען די הייליגע זכי' פון זיין א משתתף לדבר מצוה, קענען מיט א פרישקייט זיך נעמען לערנען מיט א פלייסיגקייט.

קומענדיגן דאנערשטאג הייבט מען אן מסכת פסחים. כאפט אייך מיט, איר וועט נישט חרטה האבן!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 04:20 לינק ישיר 


וואס איז די הלכה פין א סאטמערער אינגערמאן
וואס לערנט דף היומי אין א בלויע ארטסקול גמרא??

קען ער נאך האבן א תיקון??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 04:22 לינק ישיר 

if this would be his bigest avera he would go to gan eden write away



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 04:53 לינק ישיר 

דער עיקר איז אז אין סאטמאר ביהמ"ד אין ווילי קען מען נישט טרעפן קיין ארטסקרול גמ' פאר א רפואה.

עס איז זאגאר געווען אויסגעהאנגן צעטלעך וואס האבן איינגעמאלדן די גרויסע שמחה וואס הערשט אין די עולמות העליונים אז די גמרות האבן נישט קיין דריסת הרגל אין די סאטמארע בתי מדרשים.

איי, וכסילים מתי תשכילו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 05:43 לינק ישיר 

תיקו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2006 18:12 לינק ישיר 


ס'עפעס מער מהודר'דיג צו לערנען מיט אן ארטסקרול?

ס'פעלט נישט קיין לומדי גמרא און סאטמאר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 18:34 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דעם פלאקאט איז געווען אין אלע בארא פארקער גאסען
עס איז זייער שיין און זייער א גוטע Idea




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 18:49 לינק ישיר 

פארוואס דארף איינער וואס האלט זיך ביי מייגע זיין בתורה א ארטסקראל?

מילא איינער האט נישט קיין כח צו לערנען זיך מוטשענען דארף ער א ארטסקראל, אבער אשז איינער האלט ביים לערנען נארמאל איז דאך זיכער גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/1/2006 19:44 לינק ישיר 

מתיבתא אין ש"ס לובלין לאזט מען יא אריין אין סאטמער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 20:24 לינק ישיר 

עפשטיין,

א פלענער בעה"ב וואס לערט א שעה אנדערהאלבן א טאג,
אין ער וויל לערנען איינע פין די שווערע מסכתת ווי למשל ,עירובין, חולין, בבא קמא, וכדומה
דארף ע"פ רוב אנקימען צי א ארטסקול גמרא. פינטל

פארשטייט זיך נאר אויב ער וויל פארשטיין וואס ער לערנט,
אדער אויב ער וויל לערנען מער ווי 5 שורות א טאג,

רוב מענטשן זענענן היינט פאריאגט אין פארפלאגט, אין האבן נישט דעם קלארן קאפ זיך מייגע צי זיין אויף א שווערע מסכתה, אין אז זיי זאלן קענענן לערנען א בלאט, אדער אנדערהאלבן עמוד טאג

טאמער האלסטע אנדערש, דאן מוז מיט דיר איינע פין די זאכן
אדער ביסטע א כולל אינגערמאן
אדער לערנסטע נאר די גרינגע מסכתת
אדער ביסטע א יוצא מן הכלל
אדער לערנסטע בכלל נישט




תוקן על ידי - שלום_משה - 18/01/2006 20:26:27



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2006 20:30 לינק ישיר 

שלום משה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2006 02:21 לינק ישיר 

ביי אונץ פלעגט מען זאגן אז די גרעסטע עבירה איז:
לערנן דף היומי אויף עברית ביים כותל המערבי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2006 17:53 לינק ישיר 

רבותי !

מען הייבט היינט אן מסכת פסחים. דאס איז א מסכת וואס כמעט יעדער האט שוין אמאל געלערנט.

טעמו וראו כי טוב ! שליסט אייך אן אין לימוד הדף, און איר וועט הנאה האבען פון אייער לעבען בגשמיות וברוחניות.

קצת מן האור דוחה הרבה מן החושך.

מיין זיידע ז"ל האט געענדיגט ש"ס 6 מאל מיט'ן סדר הדף ! איר קענט עס אויך טועהן.

תוקן על ידי - aaatozzz - 19/01/2006 17:53:24



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/1/2006 20:55 לינק ישיר 

דא קען מען מיטהאלטען שיעורים אויף יידיש

http://hadafhayomi.co.il/index.php?from_chk=1&mti=1137696485#



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-20/1/2006 01:41 לינק ישיר 

ATOZ
"אור לארבעה עשר"
קצת מן האור..




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 17:08 לינק ישיר 

דעם פרייטאג וועלן אלע לומדי הדף אנהייבן מסכת שקלים.

אין נאך א גוטע געלעגנהייט וועט מען זיך קענען מיטכאפן און מיט א התחדשות מיטלערנען מיט די הונדערטער טויזנטער אידן איבער די גארע וועלט מיטן סדר פון דף היומי.

לאזט עס נישט פארשלאפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > "דף היומי" הייבט אן א פרישע מסכת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext