| נשלח ב-29/1/2006 18:28 |
|
| |
ווען דער הצלה ברויך ערשטע הילף, דערמאנט עס מיר אינעם וועלטס ווערטל: א שוסטער גייט מיט צוריסענע שיך...
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2006 22:50 |
|
| |
נו, פוי, ציונות
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2006 23:19 |
|
| |
נער_תמים דיר האט די גמרא אויך געמיינט ווען די גמרא האע געזאגט שמא גרים אז די נאמען פון א מענטש איז גורם אויף די אויפירונג אין שכל פונעם מענטש תכלית לאמיר נישט אוועק קריכן פונם נושא אז מען קען אפהאלטן אז עס זאל נישט אנקימען געלט פאר די טעראריסטן דארף מען זעין צו טיען אלעס וואס מען קען זיי די חאמאס האלטן אין איין הארגענען היימישע אידן אין אפילו לפי דיין שיטה אז מען טאר נישט שטיצן די מדינה דאס געט נאכנישט קיין היתר צו שטיצן די חאמאס וואס הארגענען אונזער בערידער אין ארץ ישראל חוץ אויב די ביסט פון די נתורי קרתא דעמלטץ ביסטו גערעכט מיט דיין תגובה
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 19:06 |
|
| |
איך בין בלויז נייגעריג, צו די אלע וואס האבן שרעקליך פארפירט אז מען טאר נישט רופן 311 ביי
מציצה בפה, וועגן התגרות באומות חילול ה' און נאך טעמים. צי איז דא ביי דעם ענין לייכטער, און
דא בנוגע מדינת ישראל מעג מען יא מאכן דעם התגרות וחילול ה'?
פשוט פאר נייגעריגקייט...
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 19:24 |
|
| |
יא דא איז לייכטער.
ווייל ביי מציצה וויל מען אפשטילן די מעשה, דא ווילן די חברה א באלאגאן.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/1/2006 20:07 |
|
| |
הצלה, מ'דארף נישט זיין קיין נתורי קרתא, צו זיין קעגן די טמאנע מדינה, וואס זיי זענען אסאך גרעסערע טעראריסטן קעגן יודען ברוחניות ובגשמיות, די טעראריסטישע מדינה איז ערגער פון חאמאס און ערגער פון על קעידע, פאר די טמאנע מדינה האט מען געלעבט בשלום ובשלווה מיט די אראבער, די ביסל וואס מ'האט פון זיי יא געליטן איז אויך נאר געווען ווען מ'האט פון זיי צוגענומען און גערייצט, און מיט דעם אלעם איז דאס געווען די ווייניגסטע, קאמפערט צו וואס יודען האבן געליטן אין די גאנצע וועלט, היסטערי איז אנגעזאפט מיט ליידן ביי יודען און ס'איז כמעט נישט דא פון די אראבער.
מ'דארף בעטן דעם פרעזידענט אז ער זאל נישט שטיצן די טעראריסטישע מדינה (די ווייסט אז די טמאנע מדינה איז נישט קיין דעמאקראטישע לאנד, זיי האבן נישט קיין קאנסטיטושען, ערליכע יודען האבן דארט נישט די רעכטן וואס זיי האבן אין אמעריקע), אזוי אז די מדינה זאל אינטערגיין און מ'וועט קענען לעבן מיט זיי בשלום אזוי ווי פאר די מדינה.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 00:47 |
|
| |
שלמההמלך האב איך גערעט עפעס לטובת ארץ ישראל? דער עיקר וואס איך מיין צו זאגן איז אז פאר די טעראריסטן זאל מען נישט שיקן קיין ביליאנען דאלארן זיי די אראבער זענען טעראריסטן אין מען טאר נישט צולאזן אז עס זאל אנקימען געלט צו זיי חוץ לשיטת נתורי קרתא וואס לשיטתם איז די בליט פון די אראבער חשוב'ער אין טייערער פון די בליט פון אחינו בני ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 01:51 |
|
| |
משוגעים, הצלה האט א נארמאלן געדאנק, (איך ווייס נאר נישט צו דער מהלך איז ריכטיג) מען זאל זען אמעריקע זאל נישט געבן קיין געלט פאר די רוצחים.
איך האלט אז מען טאר נישט מאכן קיין טראסק נישט אויפצורייצן די טעראריסטן, אבער אזא פארלאנג איז קריטיש וויכטיג.
שטעלט אייך פאר בשנות הזעם ווען אמעריקע וואלט געשיקט ביליאנען צו די נאציס און מ'וואלט גע'פועל'ט עס אפצושטעלן - וואלט עס געהייסן התגרות באומות?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 06:11 |
|
| |
ס'זעט סיי ווי נישט אויס אז אמעריקע, לכה"פ אינטער בוש, זאל וועלן געבן געלט פאר חאמאס. קרן, איך האלט אויך אז דא איז נישט שייך התגרות באומות, אבער דא איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו די נאצים ימח שמם, אפשר אויב די אראבער וואלטן אראפגעלייגט די געווער פאר געלט וואלט זיך יא געלוינט פאר דעם צו באצאלען, סוף כל סוף זענען זיי דאך רוצחים פאר נקמה, נישט אזוי ווי די נאציס, און די טמאנע מדינה איז מער שולדיג אויף יעדע אנפאל פון די אראבער אויף די יודן.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 17:35 |
|
| |
און ספרים הק' שטייט אז פאר מיר וועלן אויזגעלייזט ווערן וועלן די ארבער געוועלטוגען, און טון זייער גרויסע צרות פאר כלל ישראל. אין ידען וועלן נישט האבן קיין ברירה, עס וועט נישט העלפן קיין מדינה אין אויך נישט קיין הירש פון די נתורי קרתא, נאר זיך ווענדען צים טאטען און הימעל. און פאר דעם הייסט ער שוין טויזענטע יארן ישמע-אל.
די אראבער וולען נישט אראפגעלייגט די געווער פאר געלט. זיי האלטן און זאגן אז זיי האבן א חוב קדוש באחרית הימים צו הארגענען א יעדע איד (און קרוסט). די חאמאסניקס זענען פאדאמענטעליסטן, און נעמן זייער קאראן זייער ערענסט.
אז מען קען אפהאלטן אז עס זאל נישט אנקימען געלט פאר די טעראריסטן דארף מען זעין צו טיען אלעס וואס מען קען
רופן 311 ביי מציצה בפה, גלייב איך נישט אז דאס איז התגרות באומות, א חילול ה' אין א נארישע מהלך, זיכער יא. צו דאס האט אויך קליע געמאכאט, גאנץ מעגליך.
תוקן על ידי - findodort - 31/01/2006 17:39:33
|
|
|
|
| נשלח ב-31/1/2006 20:00 |
|
| |
זעהט אויס אז נישט דער שלמה המלך האט די תורה געמיינט איז די "חכם מכל אדם".
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 00:37 |
|
| |
די אפיציעלע, ערוועלטע, אראבישע פירער, אפילו אויב דאס איז חאמאס, וועלן מסתמא יא אראפלייגן די געווער פאר געלט, און פאר די אמעריקאנע שלום פלאן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 01:55 |
|
| |
אפילו חאמאס וועט זיך אינטערגעבן אין זאגן אז מיר לייגן אראפ די גווער און אונז הערן אויף מיט די טעראר, טאר מען זיך אויך נישט לאזן פון זיי, אין אפילו נאכן זאגן אז זיי געבן אויף זייער טעראר, טאר אמעריקא נישט שיקן די ביליאנען פאר זיי, שטעלץ אייך פאר, מארגען וועט זיך בין-לאדין ארויס קומען פון זיין מייזן לאך אין וועט זאגן פאר פרעזידענט בוש, פליז ביטע איך בעיט דיר בכל לשון של בקשה זייטס מיר מוחל פאר די אלע טעראר וואס איך האב געמאכט פאר ענק, זייטס מיר מוחל איך וועל שוין זיין א גוט אינגעל, שיקטס מיר אפאר פון ענקערע גרינע דאלארן , דא וועלן ענק אויך זאגן אז מען וועט אים דארפן מוחל זיין? זיכער אז נישט שטעלץ אייך פאר, מארגען וועט זיך היטלער ימח שמו וזיכרו אויף וועקן פון זיין שלאף אין וועט זאגן פאר פרעזידענט בוש, פליז ביטע איך בעיט דיר בכל לשון של בקשה זייטס מיר מוחל פאר די אלע קרבנות וואס איך האב אויסגעשאכטן, זייטס מיר מוחל איך וועל שוין זיין א גוט אינגעל, שיקטס מיר אפאר פון ענקערע גרינע דאלארן , דא וועלן ענק אויך זאגן אז מען וועט אים דארפן מוחל זיין? זיכער אז נישט איז וואס איז דא לגבי די חאמאס אנדערשט, ווייל זיי הארגענען מענטשען וואס וואונען אין די מדינה? וואס וואלט געווען ווען די חאמאס וואלט ווען געהארגעט נאר אין אמעריקע, וואלטן ענק אויך געזאגט אז מען זאל זיך לאזן איבער בעטן פון זיי? א טעראריסט בלייבט אן טעראריסט נישט קיין חילוק צי ער הארגעט אין ארץ ישראל פולן אינגערן רוסלאנד אמעריקע אדער ............. איך פארשטיי מיינע קעגענערס וואס האלטן נישט ווי מיר, זיי זענען לגבי דעים ענין א נוגע בדבר, וועגען דעים מעיג א קרוב נישט עדות זאגן לטובת א קרוב, והשוחד יעוור עיני חכמים, מען איז אזוי אויפגערעיגט אויף די מדינה אז מען קען נישט טראכטן נארמאל, טראכטס ענק גוט איבער אין מיינע ווערטער, אין אז איר האלט נאך אלץ אנדערשט פון מיר, נישט קיין פראבלעים, כשם שפרצופיהם אינם שווים כך דיעותיהם אינם שווים. כאטש איך האב א נארמאלן פנים!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 02:27 |
|
| |
אז די ביסט אזוי קורץ, און די פארשטייסט נישט די חילוק פון בין לאדין און היטלער ימח שמם, צו די אראבער וואס זענען זיך נוקם אויף וואס מ'האט פון זיי צוגענומען און וואס מ'האט זיי געהארגעט, ביסטו גערעכט.
פארוואס האט מען זיי געמעגט געבן געלט ביז יעצט? אראפאט איז גארנישט אזא קליינער טעראריסט געווען, איך האלט נישט אז מ'זאל געבן געלט פאר טעראריסטן, אבער אויב מקען אויפטון לוינט זיך דאס געלט.
מיט וואס איז יעקב געגאנגען צו עשו?
דעס וואס די רעדטסט וועגן "נוגע בדבר" רעדטסטו סתם שטותים, ווי קומט דאס דא אריין, אבי געשאסן אין די וועלט אריין.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/2/2006 02:45 |
|
| |
אין אמת'ן מיין איך, אז די ביסט א נוגע בדבר, ווייל ס'זעהט אויס אז די האסט נישט קיין פראבלעם מיט די ציוניסטישע מדינה, און די האלטסט זיי נישט ריספאנסעבל פאר די צרות וואס מען ליידט פון די אראבער, און די ביסט גאר סימפאטיש צו זיי, כאטש זיי זענען די וואס שולדיג אין די אלע צרות , אזוי ווי דער רבי זיעוכי"א ברענגט דעם פסוק, אז וועגן די מעשים פון ציונים "אני מתיר את בשרכם"
|
|
|
|
|