| נשלח ב-5/2/2006 05:03 |
|
| |
שפע חיים תמוה מאוד
מצורף קובץ פרשת בא תשי"ד האט כ"ק מצאנז-קלויזענבורג זצוקללה"ה (מנוסח הקונטרס) געזאגט אז געלט פון רשעים ברענגט "הרס" און "לא יתכן לחזק את הקדושה",
וואס איז נאכדעם געשעהן?
מוז מען זאגן כאן קודם חזרה כאן לאחר חזרה
אדער זו משנה ראשונה וזו משנה אחרונה
אדער צריך עיון גדול
איך האב איין "ענטפער"
הכסף יענה את הכל
אפשר קען מען זוכן עפעס א גוטן תירוץ? מיין חבר האט מיר עס געוויזן היינט נאכן זמן, כ'האב עס געכאפט און געסקענט ווילאנג עס גייט נאך פרשת בא
חמין במוצאי שבת מלוגמא..

|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 07:43 |
|
| |
איך וויל פשוט פארשטיין,
אין בני יששכר שטייט בפירוש אז ווען די נותן גיט מדעת עצמו, מעג מען נעמען אפילו פין א רשע,
איז פארוואס טאר מען נישט נעמען פין די מדינה קיין געלט?
פארוואס מאכען די סאטמורים אזא ביג דיל פין דעם?
און זיי נעמען נישט קיין געלט פין די אמעריקאנע רשעים?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 07:53 |
|
| |
מפי השמועה האב איך געהערט, אז דער רבי אליין, האט איהם אזוין נבוכדרצר פערשוין געכאפט, און ער האט איהם געענטפערט בהאי לישנא, "איך בין עפעס א פערד וואס עסט יעדן טאג היי? איין טאג עס איך פלייש, א צווייטן טאג עס איך קרויט" ודוק.
וכידוע, דאס נישט טוישן א מיינונג קיינמאל, נעמט זיך פון גרויס חכמה....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 10:39 |
|
| |
... אבער א פערד בלייבט ער, אפגעזעהן וואס ער עסט
א מענטש האט א מיינונג, נאכדערצו ווען ער ברענגט ראיות פון די תורה, וויאזוי ווענדט ער אפ די אלע ראיות?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 15:53 |
|
| |
"רשעים" האט ער גימיינט די רשעים וואס האבען עם אויסגעפייניגט די טעג אין די יארען אין וויליאמסבורג.
אויך האט ער גיהאלטען אז די רשעים עסען חלב וטריפות...
ער האט גאנץ גוט געוואוסט מיט וועם ער האט צו טוהן.....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 17:02 |
|
| |
עני'
די ברענגסט ארויס א געוואלדיגע נקודה, אז מען מיז נישט האלטען ווי אזוי מען האט געהאלטען נעכטען.
צו זיין א העלד און טוישען די שיטה איז נישט קיין לייכטע געשעפט, אבער עס ווייזט אויף איינער
וואס קוקט ווייניגער אויף זיין "אימאסדז" און מער אויף די תועלת הענין.
לגבי די שפע חיים, ווייסט מען אז ער האט געפליפט פלאפט אין די ענינים אסאך מער ווי איין מאל,
איך האב געהערט פין אידען וואס זענען געווען אין פערענוואלד, און דארט האט ער איין טאג געקענט
זיין א קנאי, און איין טאג אן אגודיסט, עס איז געווען זעהר שווער אויס צו רעכענען זיין שיטה,
אויב האט ער בכלל געהאט איינס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 18:07 |
|
| |
איז נישט אמת אז אויך ערליכע ידען צאלן שטייער און די טרפנה מדינה? איז נישט די הלכה אז יש ברירה?
וואס דען זאלן די מוסדות טון נעמען געלט פון קרן הצלה וואס נעמען רוב געלט פון ידען וואס גייען אין קארט רח"ל, פון ידען וואס רעדן אויף די טעלעוויזע און י"ט, וואס האבן נישט קיין פראבלעם מיט חלב, און נאך ?
נעמען פון א פארסאמטע קאסע ווי קרן הצלה וואס נעמט אויך געלט פון ידען וואס טרגען ליידער שבת אין א שטאט מיט א עירוב?
וואס איז געווארן מיט כח הפועל בניפעל ?
תוקן על ידי - findodort - 05/02/2006 18:24:26
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 19:15 |
|
| |
משל למה הדבר דומה?
א קוימען קערער איז אריין אין שטאט, אויסגערייניגט עטליכע צענדליג הייזער, געווארן שווארץ ווי א.. קוימען, קומט איהם אנטקעגן א שווארצער נעגער און הילכט אויס: אוי וויי! וואס איז מיט דיר געשען? ביזט דאך שווארץ ווי קויל פון קאפ ביז פוס!
רעגט זיך דער קוימען קערער: דו פרעכער עזות פזים! דו שווארצער האסט די חוצפה מיר צו זאגן אז איך בין שווארץ?...
איבריג צו זאגן אז דער קוימען קערער איז געבליבן מיט זיין שטייפקייט און פארשמירט, ווייל יענער איז דאך שווארץ - טא וויאזוי קען ער מיר איינטיילן וואס צו טון?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 19:30 |
|
| |
נבוכנאדצר:
דע פוינט איז נישט ווער איז א גרעסערע שייגץ, מיר אלע האבן וואס צי פארעכטן. די פאוינט איז :
1) די שפע חיים רעד נישט פין נעמען געלט פון א מדינה וואס ערליכע ידען צאלן דארט שטייער, אין מאכן דערנאך זיכער אז זיי נעמען דאס ציריק, נישט סאזאל אנקימען צי טרפנה פלעצער.
1) אז די אפערסט נישט קיין סעלאשען מיט א קאנטעמענעד און פארסאמטע קרן הצלה קאסע
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 19:33 |
|
| |
ס'קוקט אויס ווי דו ביזט א בעל חשבון, זאג מיר אלזא: וויפיל יאהר נעמט פאר גאנץ צאנז און גאנץ קלוזינבורג צו צאהלן די שטייערן וואס באטרעפן די סומעס פון אויפבויען קרית צאנז און א שפיטאל?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 19:39 |
|
| |
אין וויפיל ערליכע ידען איז ב"ה דא אין א"י, וואס גייען יא אדער נישט צים כותל, וואס צאלן ערליך זייער שטייער, אין זענען בארעכטיג צי נעמען פין א קאסע וואס געהערט צי זיי אויך.
דערנאך איז דא א קליין הייפעלע פון די ברקייאים שלוי קארי לבאל, וואס צאלן אויך איין, אין נעמען עס נישט אפ (אפענערהייט), אזוי ארים אז עס איז נאך דא א סארפלאז.
תוקן על ידי - findodort - 05/02/2006 19:43:34
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 20:16 |
|
| |
נבוכרנצר
פון ווי ווייסטו אז ער האט געטוישט זיין דעה? רוב רבנים אין ארץ ישראל ואוס האלטען אז מען דארף נעמען געלט פון שטייערן, האלטן נישט אז מען מעג נעמען געלט פון רשעים, נאר זיי האלטען את כספינו אנו נוטלים.
אז די וועסט זען אז ער נעמט געלט פון א רשע פרטי קענסטו האבען א טענה.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 20:51 |
|
| |
טובעין, ענדליך א מענטש מיט וועם מען קען רעדן.
לאמיר הערן: וויפיל שטייערן צאהלט א דורכשניטליכער בירגער אין מדינת ישראל פאר 35 יאהר (65-20)? און וויפיל געלט גיט די מדינה פאר די מוסדות התורה? וויפיל קאסט אויפצובויען א שפיטאל מיט אלע צוגעהערן? איז דא בכלל עפעס א מין פארגלייך צווישן די ציפערן? און מיר דוכט זיך אז אין מדינת ישראל איז אויך דא דער געזעץ אז קהילות מוזן נישט צאהלן קיין שטייערן, נו פונאוונען נעמען זיך די מיליאנען שקלים?
קרית צאנז האט זיך אנגעהויבן בויען גלייך ביים אנהויב ווען דער גרינדער איז ארויף קיין מדינת ישראל, דער תירוץ פון שטייערן פארשטיי איך נישט, אפשר גיסטו מיר צו פארשטיין?
Social Security אין אמעריקע איז את כספינו אנו נוטלים, ס'קלעקט פונקט פאר ברויט און קעז (פאר די וועלכע עס ארבעטן אויף די ביכער וד"ל), ווי קומט מען אבער אהן צו די אסטראנאמישע ציפערן? און די געטרייע שלוחים וועלכע זיצן אין כנסת פּרעסן נאך און נאך, מ'שטיינס געזאגט, קיין איין פרוטה פון די טעקס פון די פרייע זאל נישט צוריקקומען צו זיי...
איך האב נישט גערעדט קיין ווארט וועגן דעם "איסור" פון נעמען געלט פון די מדינה, פשוט א סתירה פון דעם מענטש'ן דיבורים צו זיינע מעשים
ילמדנו רבינו
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 21:36 |
|
| |
Social Security אין אמעריקע איז את כספינו אנו נוטלים, ס'קלעקט פונקט פאר ברויט און קעז (פאר די וועלכע עס ארבעטן אויף די ביכער וד"ל), ווי קומט מען אבער אהן צו די אסטראנאמישע ציפערן?
פין היינט אין ווייטער רבותי, רעכענט אויס וויפיל איר האט אנגעצאלט אין שטייער, אין ווען די בענעפיטען (סעקשן 8, פ.ס., מעדיקעד, סקאל וואטשערס, בילדינקס פין די מוסד ווי אייער קונדער לערנען, לאנטש פראגראמ, אין אויך סאשעל סעקירעטו, אין נאך) וואס איר געניסט פין די שטאט איז מער ווי איר האט איינגעצאלט שיקט דאס ציריק צי אנקאל סעם. זייט געווארענט די געלט קען קימען פון אידען וואס ליינען די המודיע אין זענען אנגעשטעקט מיט מחשבת ע"ז. בעיקר רעד איך צי די וואס גייען אין די שיטה פין די שפע חיים לפי פירש נבוכדנאצר.
תוקן על ידי - findodort - 05/02/2006 22:05:54
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 23:02 |
|
| |
נבוכדנאצר
פון 20 ביז 65 איז ביי אונז 45
אגב חורפי לא דק
|
|
|
|
| נשלח ב-5/2/2006 23:30 |
|
| |
דער אלעמען-באקאנטער שריפטשטעלער ר' סענדער דייטש ע"ה, דער לאנגיעריגער רעדאקטאר פון דעם חרדישן צייטשריפט "דער איד" איז אין א געוויסן פארטאגס ארויס פון שרייבצימער מיט א קלעם אין הארצן; כ'האב יעצט פארענדיגט צוזאמענשטעלן א לענגערן ארטיקל איבער דעם פארוויקלטן היסטאריע-קאפיטל, טאקע ארויסקומען אויף אן אמת וואונדערבאר - אבער פאר וועמען פלאג איך זיך? פאר וועמען גיב איך אוועק די אלע לאנגע, שלאפלאזע נעכט? דער אונגארישער עולם פארשטייט דאך גארנישט צו וואס איך שרייב?
מיט אזעלכע, און עהנליכע, געדאנקען שפאנט ער פאמעלאך פון איין גאס צו דער אנדערער, דער זייגער קלאפט שוין באלד 4 פארטאגס, ער וועט יעצט זיך אונטערטונקען אין ווארעמען באד כמנהג חסידים, צוגרייטן זיך א ווארעמע שאל קאווע, פארזיסן עס מיט א צוקערל, זופן ביסלעכווייז פאר א אפענער גמרא און אויסווארטן דעם זמן הנחת טלית ותפילין.
ר' סענדער! דערהערט ער א שטימע פון אן עלטערן איד, ר' סענדער דערוועקט זיך פון זיינע מחשבות, און קוקט יעצט אין ריכטונג פון די שטימע - ער זעהט פאר זיך איינער פון די זקנים פון די קהילה, עפעס דוכט זיך איהם אז ער נעמט אנטייל אין דעם משניות שיעור צווישן מנחה און מעריב, ער האט נישט קיין צייט צו פארענדיגן זיך דערטראכטן דעם אידנס נאמען און ער זעצט פאר - איהר האט געשריבן אין איד וועגן ...
ער שפיצט אהן זיינע אויערן, ער האט געגרייזט! עס זענען יא דא אידן וועלכע לייענען און פארשטייען זיינע ארטיקלען, און ער שאקלט מיטן קאפ אויף יא,
כ'האב אייך געוואלט טאקע זאגן אז עס איז געווען א גרייז דארט אויפן ערשטן בלאט..
ער לייגט באלד אראפ אלס וואס ער האט אין האנד און גריבלט אין בוזעם קעשענע ער וועט אפירזוכן דעם בליי צו פארצייכענען דעם גרייז, און יענער זעצט פאר מיט פאטאס:
עס איז געשטאנען פארזעצונג אויף זייט 35, עס דארף זיין 53...
 |
|
|
|
|
|