הרה"ח ר' ישעי' מאשקאוויטש ע"ה
אין מאנטריאל איז היינט אוועק א חשובער איד מזקני חסידי בעלזא הרה"ח ר' ישעי' מאשקאוויטש ז"ל
ביז די לעצטע וואך איז ער געווען געזונט אין שטארק, עס האט אים גארנישט געפעלט, פרייטאג איז ער צוזאם געפאלען און היינט פארטאגס איז ער נעבעך אוועק,
די לוויה איז ארויס פון פארענט פון בעלזער בית המדרש אויף די דזימענס גאס, ווי ער איז געווען א שטענדיגער מתפלל פאר די לעצטע 45 יאהר,
ער האט אויף געשטעלט דורות ישרים מבורכים קינדער אייניקלעך און איר אייניקלעך בלע"ה, לשם ולתפארת,
ווי באקאנט האט ער געפענט די מהדרין פלייש געשעפט אין מאנטריאל, וואס איז געווארען אנגעפירט דורך אים און להבחל"ח זיין זון ר' יעקב ראובן מאשקאוויטש הי"ו, נאך א זון האט ער להבחל"ח ר' שמואל יודא מאשקאוויטש הי"ו וואס ער האט די בעקעריי אין מאנטריאל ריינפעלס בעקעריי,
המקום ינחמם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, און מען זאל מער נישט וויסען פון קיין צער, ויבלא המות לנצח אמן,
|
|