בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

האט איינער א GPS פון די פירמע TOMTOM ??

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/2/2006 07:21 לינק ישיר 
האט איינער א GPS פון די פירמע TOMTOM ??

היות איך קלייב זיך יעצט צו קויפן א ג'י פי עס.

לפי די ריסוירטש וואס איך האב געמאכט קוקט די טאמטאם מיר אויס צו זיין די בעסטע,

בעיקר ווילאיך וויסן וויאזוי עס גיבט דירעקציעס, דהיינו
למשל פון ווילי ביז מאנסי, וועט ער רעדן ווי א מענטש און הייסן גיין דעם דרך המלך
ווי FDR , GWB
פאליסעידס וכו' . אדער הייסט ער נעמען דעם 1 אין ניו זשערסי מיט די 24 מיט די 98 און נאכער דעם 39 , טאטאל עסטימעיטעד טיים 1:10 מינוטס.

ווי אויך טריי לאקאלי, פון 204 גרענד עוועניו ביז 420 מארסי,
צי וועט ער הייסן נעמען דעם בי קיו אי פון מעטראפאליטן ביז ווייט
אדער וועט ער רעדן מער מענטשליך.

טאמער יא איז ער פונקט ווי אנדערע , גארמיין אדער מאגעללען, וואס איך וואלט צושאסן.

איי פארוואס קוקט עס מיר אויס די בעסטע ?
טאקע דערפאר ווייל איך האב עס נאכנישט אויספרובירט

הילף ביטע



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/2/2006 20:41 לינק ישיר 

איך האב א garmin 320, און ווען איך בין געווען אין ניו יארק ווי איך קען מיך נישט אויס האב איך עס געניצט און ס'איז געווען זייער גיט אויך פין וומס''ג אויף מאנסי.

תוקן על ידי - מאנטריאל - 10/02/2006 20:40:34



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/2/2006 16:43 לינק ישיר 

זה כלל גדול בGPS

1. אויב קענסטו דעם וועג, נוץ בשום אופן נישט די כלי, עס וועט דיר צוטומלען און פארלענגערן דעם וועג

2. אויב קענסטו דעם וועג אומגעפעהר, ד"ה אז דו ווייסט אז דו מוזט פאהרן דורכן FDR אד"ג, קענסטו אריינשטעלן אז עס זאל דיר פיהרן דורך יענעם וועג, ביי Edit Vias אד"ג, מען קען מאכן Save Route פאר קומענדיגס מאל, יעדע כלי לפום חורפא דיליה...

3. אויב קענסטו נישט דעם וועג, איבערהויפט ווען דו געפינסט זיך אין א פרעמדע מדינה, לו יהא אז עס וועט דיר פיהרן אויף א דרך ארוכה, אבער עס איז קצרה ווייל סוף סוף קומסטו אהן, אהן בעטן טובות פון פלעמיש-רעדנער אדער קוויבעקער פראנצויזן וואס שטעלן אהן א פנים ווי זיי פארשטייען גארנישט וואס דו פרעגסט... און פיהל מאל קענען די חברה דיר געבן דירעקט שלעכטע אנווייזונגען

4. לפי ידיעתי, זענען ס'רוב navigators געבויט אויפן זעלבן סיסטעם, למעשה איז די speed limit אויפן FDR בלויז 45, און כאטש דער Queens Blvd פארמאגט טאקע הונדערט און איין לעמפלעך, איז עס אבער א גראדער וועג, דאס ווערט גענומען אין באטראכט ביי די קאלקאלאציע, מיר דוכט זיך אז רוב די סארט כלים ארבעטן אויף Navteq, כלומר, די routing איז מער ווייניגער אייניג, נאר די options איז געוואנדן וואס דו קויפסט

איך האב שוין געהאט פארשידענע מאשינקעס, גרויסע, קליינע, גארמין, פרעה, מאזשעללען, אליבא דידי זענען אלע גלייך, קיינער וועט דיר נישט פיהרן אויפן FDR פרוביר אפילו אויף די אינטערנעט, כגון:

http://www.mapquest.com/directions/main.adp?go=1&do=nw&rmm=1&un=m&cl=EN&ct=NA&rsres=1&1ffi=&1l=&1g=&1pl=&1v=&1n=&2ffi=&2l=&2g=&2pl=&2v=&2n=&1pn=&1a=&1c=&1s=&1z=11219&2pn=&2a=&2c=&2s=&2z=10952

אדער

http://maps.yahoo.com/dd_result?newaddr=&taddr=&csz=BROOKLYN%2C+NY&country=us&tcsz=monsey%2C+ny&tcountry=us&oerr=3003

דא זענען דא עטליכע ברירות

1.

http://www.randmcnally.com/rmc/directions/dirGetDirections.jsp?BV_SessionID=@@@@1824025502.1139754912@@@@&BV_EngineID=ccceaddgmjhhmjjcefecggfdffhdghf.0&cmty=0

2.

http://www.randmcnally.com/rmc/directions/dirGetDirections.jsp?BV_SessionID=@@@@1824025502.1139754912@@@@&BV_EngineID=ccceaddgmjhhmjjcefecggfdffhdghf.0&cmty=0

3.

http://www.randmcnally.com/rmc/directions/dirGetDirections.jsp?BV_SessionID=@@@@1824025502.1139754912@@@@&BV_EngineID=ccceaddgmjhhmjjcefecggfdffhdghf.0&cmty=0

4.

http://www.randmcnally.com/rmc/directions/dirGetDirections.jsp?BV_SessionID=@@@@1824025502.1139754912@@@@&BV_EngineID=ccceaddgmjhhmjjcefecggfdffhdghf.0&cmty=0

איך בין נישט יעצט נאכאמאל אריבער גענוי די אלע איינצעלהייטן, אבער לפי זכרוני טראגט דיר קיינער נישט דורכן FDR - אויב איינער וועט נעמען די מיה און אלעס איבערקוקן זאל ער מודיע זיין דעם עולם דא








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2006 18:34 לינק ישיר 

איך בין נישט קיין מנהיג (דרייווער), אבער אמאל האב איך פרובירט צו מאכן א זוכעניש אויף "מאפע-קוועסט" פון מיין הויז ביז די רוזוועלט אינזל, האט מיר MAPQUEST געפירט אריבער דעם קווינס-בארא (59 סט.) בריק קיין מאנהעטן, און מיר פארווארפן ערגעץ וואו אין א ווינקל... אין אנדערע ווערטער: ער האט מיר נישט געקענט געבן קיין דירעקציעס צום רוזוועלט אינזל! א פלא והפלא.

איך האב אריינגעטייפט דעם פונקטליכן אדרעס פון דעם ארט וואו איך האב געוואלט אנקומען, אבער אנשטאט מיר אריבערפירן דעם רוזוועלט אינזל בריק, האט ער מיר פארווארפן קיין מאנהעטן. איין מזל האב איך געהאט אז איך האב אים נישט געפאלגט, און איך בין געפארן אן אנדערן וועג ווי ער האט מיר אנגעצייגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/7/2006 22:10 לינק ישיר 

הצלה6000

ווייסט איינער פון א גוטע GPS

איך האב געהאט ביז לעצטענס א GARMIN2620 עס איז געווען גאנץ גוט. 
ויהי היום, איך שטיי אויף אינדערפרי, איך מאך זיך גרייט, איך גיי ארויס פון מיין שטוב, איך קום אן צו מיין קאר, און והילד איננו, געטראפן האב איך א אויסגעשאסענע פענסטער און מיין נעוויגעשן סיסטעם איז נישט דא.

די מעשה איז געשען פאר דריי חדשים צוריק, און פאר מיר אי זייער וויכטוג א נעוויגעשן סיסטעם, איך וויל יעצט קויפן א נייע, קען מיר איינער ארויס העלפן און מיר זאגן וואסערע הייסט היינט די בעסטע?





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/7/2006 03:17 לינק ישיר 

איך האב יעצט געזעין אין א סטאר א GARMIN NUVI 350  ער זאגט אז עס איז בעסער פון די TOMTOM GO 910 ווייסט ער וואס ער רעדט? 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > האט איינער א GPS פון די פירמע TOMTOM ??
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext