בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

איז דער עושר מער ווי מיר?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/2/2006 21:33 לינק ישיר 
איז דער עושר מער ווי מיר?

א פאר וואכן צוריקהאב איך געזען אין די צייטונגען אז מרימט אויס ר' מ.ג. נ"י. פאר מנדב זיין א הצלה טראק.

איך פארגין אים די כבוד אינגאנצן, ער איז עס ווערד. איך האב נאר אריינגעטראכט אז איך בין א פשוטער ארבעטער וואס מיטשעט זיך ביטער שווער אויף צו צאלן מיין רענט, און איך קען נאר חלומ'ן פון קויפן א אייגענע דירה, און ווער רעדט נאך פון געבן גרויסע נדבות פאר אנדערע.

און דא איז דא איד וואס פון הימל האט מען אים געשאנקען געלד ווי וואסער, און לעבט אין גרויס רייכטום און האט זיך ערלויבט צו געבן פאר די הצלה א נייע טראק.

איך מיין נישט דא אוועקצומאכן זיין גוט הארץ. וואס איך מיין יא צו פרעגן אז למעשה וואלט איך אויך פונקט אזוי געוואלט העלפן ראטעווען אידישע קינדער, אבער פון הימל האט מען מיר נישט באשאנקן מיט אזעלכע גרויסע בענק אקאונטס און וועגן דעם קען איך זיך נישט ערלויבן אזא לוקסוס.

וויל איך וויסן אויב וועל איך קענען האבן א גוטע טענה דארט אויבן אז ווען איך האב ווען געלד וואלט איך געגעבן אין גרויסן און איבעראל וואלט מען גערעדט פון מיר אז ס'וואלט געגאנגען א רויעך. דא אויף דער וועלט וואלט מען מיר באשריבן אין אלע צייטונגען און יעדער וואלט גערעדט פון מיר מיט רעספעקט, איבעראל וואלט מען זיך געריקט פאר מיר. רבנים וואלטן צו מיר גערעדט מיט א יראת הכבוד, און צו דעם אלעם ווען איך לייג זיך ארונטער און מאך צו מיינע אויגן צום לעצטן מאל, נעמט מען מיר אויף דארט אויבן מיטן זעלבן שמייכל ווי דא.

יעצט איז אלעס להיפך, איך האב קוים צייט צו לערנען, איך מוז זיך יאגן צום טרעין גאר פרי, קוים אראפגעדרייט רבינו תם'ס, בייס אריין אין סענדוויטש אויפן טרעין, און די נאך ברכה מאך איך אין ארבעט, ווען מען קומט צו מיין טיר האב איך קוים א גראשן צו געבן, ווער רעדט נאך פון קויפן אמבולאנסן, און ווען ענדליך קומט דער צייט וועט מען מיר קוים אנקוקן דארט..


איז טאקע אזוי דער חשבון?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 21:49 לינק ישיר 

יאגעלע זיי נישט ציבראכן ביי דיר אז די האסט נישט, אין אז די קענסט נישט געבן, ביז ווי לאנג די טראכסט אז ווען די וואלסט ווען געהאט וואלסטי געגעבן איז דאס א סאך חשוב'ער ווי געבן אליין, ווייל ווען מען געט צדקה האט מען הנאה פין דעים אין מען האט נגיעות אין ס'איז נישט אינגאנצן לשם שמים, אבער אז די טראכסט אז ווען איך וואלט געהאט וואלט איך אויך געגעבן, נישט איין אמבעלאנס נאר 10 שטיק, קודם האסטי שוין שכר פאר 10 אמבאלאנסען ווייל מחשבה טובה הקב"ה מצרפה למעשה, אין חוץ פין דעם איז עס אן נגיעות אן א הנאה אן כבוד, אין עס קימט אן גלייך צים כיסא הכבוד.






איך למשל טראכט אז ווען איך האב ווען וואלט איך מנדב געווען  1000 אמבאלאנסען 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2006 22:25 לינק ישיר 

עס זעט זיך אויס אז די האסט קיינמאל נישט געהערט דעם ניגון פון יונתן שווארץ
"ווען איך וואלט געוועזען רייך"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/2/2006 22:25 לינק ישיר 

די שאלה איז צו מיט דעם וואס האסט גיסטו יא.

אויב יא ביסטו גארנישט וויניגער ווי יענער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/2/2006 22:33 לינק ישיר 

יאגעלע ביסט אן עושר אין די ווייסט עס ניטאמאל
אֵיזֶהוּ עָשִׁיר? – הַשָּׂמֵחַ בְּחֶלְקוֹ
דיינס א קוואדער איז ווי יענעמ'ס אן אלף..............




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 19:30 לינק ישיר 

מספרים על אחד הרבנים, שחי בעוני ובדוחק. באחד הימים אמר לתלמידיו שהוא עשיר יותר מרוטשילד. המאזינים חשבו שמדובר אולי באושר ובהסתפקות, אולם הרב התעקש שמדובר דווקא בממון: "מה כבר יש לי?" שאל הרב "שתי פרוטות. ומה חסר לי? עוד שתי פרוטות. ורוטשילד המסכן, לו יש כבר עשרה מליון, וחסרים לו עוד עשרה! נו... אז מי עני יותר רוטשילד או אני?"




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/2/2006 22:39 לינק ישיר 

עס איז דא א טייטש, איך געדענק נישט פונטקליך אלע פרטים, דער תמצית איז אבער אז ערס זענען פארהאן 3 ענינים אין עבודת ה': צום, קול און ממון. אויף צום און ממון קען א מענטש זיך פארענטפערן אז ער האט נישט געהאט קיין כח צו פאסטען און נישט געהאט קיין געלט, אבער אויף קול איז נישט דא קיין שום תירוץ. איז טאמער זעט מען פון הימעל אז איינער איז מקיים קול קען מען אננעמען אז ווען ער קען וואלט ער אויך מקיים געוועהן צום און ממון (בגי' רע"ב, היינו כי קול"ך ער"ב). משא"כ ווען איינער דאווענט נישט און לערנט נישט ווי עס דארף צו זיין האט מען שוין א טענה אויף אלע 3.

לענינינו, האסט נישט צו געבן? טוה חסד בגופך. זיי משמח יודען. טוה אין חסד ארגעניזאציעס. ביזט נישט פעהיג? גיי נאך געלט פאר יודען'ס וועגן. האסט נישט קיין כח אדער דו שעמסט זיך (א גרויסע ענין פאר זיך - ווערן מבוזה על דבר מצווה)? זאג כאטש תהילים פאר יודען'ס וועגן. טאמער וועסטו טוהן און געבן כפי יכלתך וועט אין הימעל ווערן גערעכנט ווי אסאך - עי' ערך מנחת עני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/2/2006 19:41 לינק ישיר 

איך מיין אז די אמת דארף געזאגט ווערען, אז ווען דער גביר גיט צדקה, האט ער שכר אויף די וועלט און יענע וועלט, משא"כ דער ארימאן, וועט "קיינמאל" נישט באקומען קיין שכר פאר געבען צדקה, ווייל בפועל האט ער נישט געגעבען. איי פארוואס קומט דער גביר מער שכר? ער האט דאך געקענט און איך קען נישט? דאס אליין איז א שכר פין רבוש"ע אז מען גיט איינעם א מעגליכקייט צו געבען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > איז דער עושר מער ווי מיר?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext