אנקומענדיג פרייטיג נאכמיטאג צום אלט שטאט ירושלים האט זיך שוין געזעהן א געפּילדער מיט מענטשן וואס קומען דאווענען פרייטיג צונאכטס ביים כותל המערבי, חלק קומען מיט טעקסיס, א חלק מיט די אייגענע קארס אין לאזן עס איבער, איבער שבת. א חלק צופיס, אין אזוי יעדער איינער האט זיך זיין וועג ווי ער קומט אן.*:NAMESPACE PREFIX = O />
א סאטמארע מנין ביים כותל
פרייטיג צו נאכטס האבן מיר געדאווענט ביים כותל סאטמארע צייט מיט אפאר סאטמארע משתפפים, געווען איז ביי אונזער מנין סאטמארע פלאכע ביבער, שטאפענע היטן. אין א יונגערמאן פון קרית יואל, מיט נאכאיינער פון בארא פארק, און סתם חסידים.
אויפן וועג אהיים
גייענדיג אהיים פון כותל, ר' חיים זעהט א קבוצה בחורים, געט ער זיי א פרעג, איר האט ווי צו עסן? זאגן זיי מיר זוכן נאך ווי צו גיין! זאגט זיי ר' חיים, קומט אלע צו מיר איר וועט זיך נישט דארפן שעמען, אזוי גייענדיג מיר א קבוצה פון יודן, אין ס'קומען צי נאך אזוינע וואס האבן נישט ווי צי עסן אין זענען זיך מצטרף צו אונזער שיירה.
ביים שבת'דיגען טיש פרייטיג צונאכטס
אנקומענדיג צו ר' חיים'ס דייניג רום האט זיך דער עולם צוגערוקט צי די טישן, ר' חיים האט גערעדט אפאר ווערטער איבער די גרויסקייט פון שבת קודש, אין געבעטן מ'זאל אינזינען פאר די וואס קענען נישט מאכן שבת אליין, צי ווייל דאס איז זיי האבן נישט, אדער איז דאס וואס זיי ווייסן ניטאמאל פון אזא מין זאך צו זאגן, און וכו'.
איז געווען דארט א גרופע פון חסידישע בחורים, האט ר' חיים מקדיש געווען פאר זיי א ניגון, און מ'האט געזינגען די וועשניצער שלום עליכם, פארשטייט זיך נישט יעדער האט געקענט דעם ניגון באט צוביסלעך צוביסלעך זענען די טענער געווארן העכער אין העכער אזוי אזאש ס'האט ממש געדינערט די דייניג רום.
געווען איז דארט א בחור, וואס איז געווען צוויי יאר צוריק ביי ר' חיים, אין יעמאלט איז געווען די ערשטע מאל וואס ער האט געהאלטן שבת אין זיין לעבן, דעם שבת איז ער געקומען אפגעבן א שכויח פאר ר' חיים וואס האט עם מזכה געווען צוויי יאר צוריק מיט איין שבת, אין פון יעמאלט אן האלט ער יעדע וואך שבת.
ביי ר' חיים איז די סדר אז יעדער ווערט מכובד מיט עפעס א כיבוד, אין ווער ס'ווערט מכובד מיטן כיבוד דארף אנטון א ספעשל בעקיטשע וואס ר' חיים געט, אין ער ווערט אנגערופן די רבי פונעם כיבוד, ער טיילט דאס עסן און געט א ברכה פארן נעמער.
די פיש רעבע
דער ערשטער האט מען מכבד געווען דארט איינעם מיטן פיש רבי, ער האט געטיילט די פיש פארן עולם אין האט אנגעווינטשן יעדעם וואס ער / מהאט געוואלט.
די ירושלימער לאקשן קוגל רבי
די רבי פון ירושלמי קוגל טוט אן אזא געלע קאפטן אזוי ווי די ירושלימער יודן גייען, די קוגעל טיילט מען מיט די הענט אזוי ווי עס איז איינגעפירט ביי די רבי'ס, אין דער טיילער ווינטשט יעדן אן מיט וואס ער וויל.
די נאש רבי
ר' חיים האט א מנהג צו מכבד זיין מאמע, וואס הייסט? ווען ער איז געווען קליין האט זיין מאמע נישט געלאזט עסן נאש אינמיטן די פלייש, אבער זיין מאמע האט עם אלץ געזאגט אז ווען ער וועט חתונה האבן וועט ער קענען טון וואס ער וויל, סא אינמיטן די פלייש ברענגט מען אריין א גרויסע טאץ מיט אלערליי נאש, אין מ'איז מכבד איינעם ער זאל זיין די נאש רבי און אינזינען האבן ר' חיים'ס מאמע.
די פאטעיטע קוגעל רבי
די פאטעיטע קוגל רבי טוט אן א בלויע בעקיטשע מיט סטראקעס אזוי ווי די בנש"ק'לעך גייען, אין מיט דעם האט מיר מכבד געווען און איך האב געדארפט טיילן די פאטעיטע קוגל מיט די הענט, קודם פאר אלעם האב איך געשיקט א טעלער פאר מיין ווייב מיט א ברכה, אז אזוי ווי די וואך ווערט א יאר פון אונזער חתונה זאלן מיר זיך קענען אייביג פרייען צו זאמען טאקע אזוי ווי ביז היינט. אין דערנאך האב איך אנגעהויבן טיילן מיט די הענט קוגעל, סימיר טאקע נישט געווען אזוי אנגענעם, אבער ווען קיינער האט נישט געקוקט האב איך געלייגט מיט א לעפל, ס'איז פשוט געווען שרעקליך הייס די קוגל. איך האב געווינטשן פאר דעם אין פאר יענעם יעדער וואס ער דארף (כ'האף ס'וועט מקוים ווערן) אין ב"ה מיין סיזען איז אריבער אין איך וויל אויסטון דאס בעקיטשע זאגט מיר ר' חיים דער וואס איז די קוגל רבי דארף גיין מיטן בעקיטשע גאנץ שבת, א ברירה האב איך געהאט? כ'האב געטראכט קיינער קען מיר סיי ווי נישטא, נאר די 3-4 יונגעלייט וואס דרייען זיך אויף הייד פארק, שוין מילא.
דבר תורה – סאטמאר בלייבט סאטמאר
דארט ביי ר' חיים איז דער מנהג מ'פרעגט איינעם אויב וויל ער זאגן א דבר תורה, אדער בעט ער ביי איינע פון זיינע ישיבה בחורים זאלן זאגן א דבר תורה, באט ס'איז נישט אזוי גרינג צו זאגן דארט א דבר תורה, פארוואס? ווייל מ'געט עם אפאר ווערטער וואס דער עולם זאגט אין ער דארף לויט די ווערטער צאמשטעלן א ווארט.
ר' חיים זאגט פאר איינעם זאג א ווארט, יענער זאגט "בלענק", א צווייטער זאגט "ליטוויש", א דריטער "געבורטס טאג", און א פערטער זאגט "כותל" זאגט עם ר' חיים "כותל" איז נישט קיין ווארט ווייל דא ביי אונז איז עס א נארמאלע זאך, ס'איז נישט אז מ'גייט ווען קיינער זעהט נישט, זאגט יענער "מאנרא" שוין מאנרא איז יא גוט, און א פיפטער זאגט "הייד פארק", און אויף דעם האט דער בחור געדארפט צאמשטעלן א שיינע ווארט וואס האט צו טון מיט די וואכעדיגע פר'. אזוי האבן 3 בחורים געזאגט א ווארט מיט אנדערע פארשידענע ווערטער וואס דער עולם האט געגעבן דארט.
א שאלה
ר' חיים געט א געלעגנהייט דארט צו פרעגן א שאלה וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געפרעגט קיינעם, אין דער עולם פראבירט צו ענטפערן.
באטע
מ'בענטשט, מ'טוישט די פלעסטיג טישטעכער, אין מ'הייבט אן צו זינגען, מ'איז כמעט יעדן מכבד מיט א ניגון, אין דער עולם זינגט ווארעם, ר' חיים זאגט תורה אין ס'איז שא שטיל אזוי אז מ'קען הערן א פליג אריבער פליען, אין אזוי אויך דערציילט ער מעשיות צדיקים אין צווישן יעדע מעשה קומט א ניגון א ווארעמס.
שבת צופרי
שבת צופרי איז דא צוויי מאל קידוש, איינמאל סתם א קידוש מיט קוגל אין קעיק פאר ווער ס'איז הונגעריג, אין דאס צווייטע איז שוין ממש די סעודה נישט מיט קיין סאך צייט שפעטער.
געגאנגען בין איך צום דייניג רום נאכן דאווענען פון כותל, איז געווען דארט אויפן וועג א עלטער פאר פאלק וואס האבן געזוכט א אדרעסס ווי מ'האט זיי אינווייטעט, זיי האבן אונז געפרעגט (מיר אין מיין ווייב) ווי וואוינט דער אין דער, מיר האבן נישט געוויסט און מיר זענען געגאנגען ווייטער, מיר קומען אן צום דייניג רום, און מיר קוקן זיך ארום איך ביי די מענער אין מיין ווייב ביי די ווייבער, ס'גייט נישט אריבער קיין צען מינוט אין ר' חיים איז דא מיטן די עלטערע פאר פאלק וואס זעהט אויס אז זיי זענען געבליבן אן קיין שבת'דיגע סעודה, אין אזוי האט ער מיט געברענגט נאך אפאר מענטשן וואס האבן נישט געהאט ווי צו עסן, ר' חיים האט געבעטן פון זיין ישיבה בחורים מ'זאל צולייגן נאך א טיש כדי די שבת געסט זאלן קענען מיט האלטן די סעודה.
די שבת בייטאג סעודה איז בערך אזוי ווי געשריבן אויבן ביי די ביינאכט סעודה.
שלש סעודות
ש"ס איז בעיקר פון זינגען שיינע ווארעמע ניגונים, פארציילן סיפורי צדיקים, אין שמועסן מנהגי ישראל.
די עסן
חלה
חלה איז דא אפשר פופצען מיני חלות. פילע ווייץ, נארמאלע ווייץ, חלות פון פארשידענע מיני מעהל וואס כ'ווייס נישטאמאל די נעמען דערפון, ר' חיים פרעגט יעדן וואספארא מין חלה ער האט ליב, אין פון דעם באקומט ער מיט א שפע.
פיש
פון די פיש איז דא, סעלמאן, ווייט פיש, קארפ פיש, געפילטע פיש, געבראטענע פיש.
אויפן טיש
יעדער באקומט אויף זיין פלאץ פארשידענע מיני זיסקייטן, די שבת איז געווען. מארשמעלא, דזשעלי לאלי פאפ'ס, פירות קענדיס, סאער סטיקס, אין א סמיילי שליסל האלטער, און נאך.
אינמיטן ס"ש.
ביי מעריב
ר' חיים ביי מעריב
מוצ"ש ביי הבדלה