איר זענט געלאדנט צום סיום
אזוי ווי מיט עטליכע וואכן צוריק, האט דער מנהל "דזשובוי" געמאכט א ווילדן "שארטסטאפ" אויף
דעם פורום "חדשות אנ"ש", וואס פלעגט פארנעמען די טייערע צייט פון גאר אסאך מענטשן.
אין יענע צייט האב איך פונקט אנגעהויבן לערנען א נייע גרויסע מסכת. האב איך באשלאסן, אז אפשר
זאל איך נעמען די פאר איבעריגע מינוט א טאג וואס איך פלעג שפענדן אויף די נארישע היידפארק,
און אנשטאט דעם לערנען גמרא אין די צייט.
וכך עשיתי, איך האב אפגעלאזט די נארישע פארק, און געפארן בלאט נאך בלאט אין ים התלמוד, א
גרויס חלק פון די צייט וואס איך האב געלערנט איז געווען אפגעשפארטע צייט וואס וואלט
ווארשיינליך געגאנגען לטמיון אין פארק אריין.
דעריבער יעצט ווען איך גרייט מיך צו ענדיגן די מסכת בשעה טובה אין די קומענדיגע טעג, וויל איך
דער עולם זאל זיך משתתף זיין מיט מיין שמחה, און זיך מיטפרייען געהעריג.
איך מיין אז די שענסטע השתתפות וואלט געווען אז יעדער זאל מיך נאכטוהן, און אנהייבן א מסכת
תיכף ומיד, טאקע די פרייע מינוטן, און מיר וועלן זיך אי"ה מיטפרייען מיט ענקער שמחה!
|
|