|
|
| נשלח ב-13/3/2006 07:07 |
|
| |
צפיות יא, שרייבער נישט?
באטראכטנדיג לעצטנס דעם פורום האב איך מיר אנגעשטויסן אין א אינטערעסאנטן פאראדאקס, נעמליך, אז כאטש וואס דער פורום איז פוחת והולך פון שרייבער, און וואס א טאג ווערט אלס ווייניגער אשכולות אויפגעברענגט, און שרייבער וואס זאלן מגיב זיין איז אויך קוים בנמצא, מיט דעם אלעם קען מען באמערקן אז די צפיות נומערן זענען פילפאכיג מער ווי אין סיי וועלכע אנדערע היימישער פורום.
עס איז זייער אינטערעסאנט צו זען אז אפי' א אשכול וואס קיינער האט נישט געשפירט פאר וויכטיג מוסיף צו זיין דערויף, קען האבן א פיר פינף הונדערט צפיות, אין דער צייט וואס אין אנדערע פורומים וועט מען ביי אזא ליידיגן אשכול זען בערך הונדערט צפיות.
איז מיר קשה עטליכע זאכן,
וואס טרייבט נאך דעם עולם אהערצוקומען אפילו?
פון אזויפיל מענטשן, פארוואס זאלן אזוי ווייניג שרייבן?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 18:27 |
|
| |
זאלסט נישט פארגעסן עס צו פרעגן ביים סדר צוזאמען מיט אלע קשיות
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2006 19:12 |
|
| |
ווי איך פארשטיי האט דער מנהל דא חוסם געווען רוב שרייבערס
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 05:26 |
|
| |
איך האלט אז דער מנהל האט נישט חוסם געווען קיינעם, עס איז פשוט אזוי אז דער עולם-גולם וואס פלעגט בעיקר שרייבן, זענען נאר געווען אינטערסירט אין די נארישע פאליטיק, און דערפאר טוט זיך טאקע אויף טישן-ן'-בענק ביי די אלע אויפגעקומענע פאליטישע פורומים, אבער נאך אלע מעשיות - אחרי ככלות הכל - פארבלייבט "חדשות אנ"ש" די צענטער פאר אלע וועלטליכע אומפאליטישע נייעסן און אינפארמאציע, און דער עולם איז מער ווייניגער דא פארבליבן. מבשרי אחזה, איך וועל נישט אדורכלאזן כמעט קיין טאג וואס איך זאל נישט באזוכן דא, הגם איך וועל זיך דרייען אין אנדערע פורומים, וועל איך אייביג צוריקקומען אהער זעהן אויב עס איז דא עפעס פריש אויפן עולם התוהו.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 17:25 |
|
| |
די אמת'ע סיבה לדעתי איז, ווייל א מענטש וואס האלט ביים שרייבען, ווען ער דארף טראכטען צוויי
מאל אויב עס איז "כשר" גענוג, שרייבט ער נישט.
די רגע מען האט דא געשטעלט שטרענגע סטאנדארטען, איז בטל געווארען דער חשק צו שרייבען. ווייל
מען ווייסט אז דער גרויזאמער מנהל האט א ברירה עס אפצומעקען און דער שרייבער גייט אפילו נישט
וויסען פארוואס.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2006 20:19 |
|
| |
בעסער א גרויזאמער מנהל ווי גרויזאמער טעראריסטען וואס שרייבען אויף יחידים אונטערן שלייער פון א ניק.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 00:12 |
|
| |
שרייבען אויף יחידים איז קיינמאל נישט געווען מותר, נאר ווען עס איז געווען א דבר ציבורי.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/3/2006 02:25 |
|
| |
לדעתי האט דער מנהל נישט קיין פראבלעם מיט נייעס אפילו אויב עס איז פאליטיש.
ווי אויך מיין איך אז ער האט נישט קיין פראבלעם מיט קיין נארמאלע דיבעיטס.
נאר וויבאלד עס איז געווארן זייער נידריג אין יעדער אשכול איז געווארן פארדרייט צי די נושא אפילו עס איז געווען אינגאנצן שלא מן הענין איו ועל כולם איז געקומען אז מען האט ארויפגעלייגט פאלשע מעדיקעל רעקארדס פין א רבן של ישראל האט ער אפגעמאכט אז דאס איז עס!!!
אדרבא! זאל דער מנהל דא ארויפקומען אין פאררעכטן אויב איך בין נישט גערעכט. Pיעצט שלאפט ער שוין לכאורה... אבער מארגען איז אויך א טאג.
אויב איז דער מנהל מסכים וועל איך טאקע אנפאנגען צוריק דא צו שרייבן סאטמארער נייעס אין פארשטייט זיך ציצישטעלן צי די תקנות.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|