היות 'ווילי-יונג' האט אין אן אנדערן אשכול פארגעשלאגן צו ברענגן 'נארמאלע' 'רואיגע' 'נייעס' פון חסידישע מחלוקת, וויל איך גרינדן דעם אשכול מיטן ציהל אז דער עולם וואס דרייט זיך דא - און ווי מיין פריינט 'דיפלאמאט' האט שוין ארויסגעברענגט אין דעם דערנעבנדן אשכול "דרייען זיך דא אדורך הונדערטער אידן טאג טעגליך" - זאל שרייבן זייער מיינונג איבער דעם עתיד פון דעם פורום.
דער עולם זאל אפגעבן זייער שטומע מיט נומערן, ווי פאלגענד:
1. דער פורום זאל פארבלייבן אויף איר יעצטיגער אייגנארטיגער צוזאמשטעל, וואו נאר עכט וויכטיגע און אינטערסאנטע נייעסער פון די גאנצע וועלט און - להבדיל - די אידישע וועלט ווערן פראמינענט באריכטעט און איבערגעשמועסט.
2. מען זאל לאזן ברענגן 'נארמאלע' 'רואיגע' נייעס פון חסידישע קהילות וואס אמפערן זיך.
זעלבסט פארשטענדליך אז איך האב נישט קיין דעה אין דעם הנהלת הפורום, אבער די הנהלה וועט איינזען וואס דער רצון פון רוב עולם איז, און איך גלייב אז זיי וועלן אונז נישט אנטוישן, נאר זיך צושטעלן צום ווילן פונעם פאלק...
אויב איינער איז עובר אויף די תקנות זאל ער נחסם ווערן תומ"י
נשלח ב-20/3/2006 22:06
איך זאג נומער איינס באלד עט סאכדעס זאגן
נשלח ב-20/3/2006 22:07
איך ווייס נישט צי מ'קען מיר נוצן פאר נאך א וואוט כ'מיין אלעס וואס הרב התאחדות האלט בדיעה, בין איך מיט איהם אלל דע וועי, סאו אויב יא דאן וואוט איך אויך פאר נומער איינס