בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קאנפירמט: חוג חת"ס מילעכיגס, נישט בסדר!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2006 20:20 לינק ישיר 
קאנפירמט: חוג חת"ס מילעכיגס, נישט בסדר!

היינט האט מיר א גרוסער עסקן אין כשרות אין ארץ ישראל באשטעטיגט די שמועות אז די מילך יאגורט
און קעז וואס קומט פון ארץ ישראל מיט די חוג חתם סופר השגחה, זענען גוט אין דער ערד!


לויט ווי ער לייגט עס אראפ פון דער נאנט, איז עס חלב עכו"ם, געפאקט און פראדוצירט אן קיין
געהעריגע משגיחים, און א חלק איז בפשטות געמאלקען אום שבת קודש

זייער גאנצע סיסטעם איז געבויט אז עס איז אפיציעל קיינמאל נישט דא קיין יוד ביים מעלקען, זיי
לייגען קעמרעס נאר אויפ'ן פלאץ ווי מען מעלקט, נישט אויפ'ן פלאץ וואו מען פאקט עס און
מ'טראנספערט עס ווייטער.

אויף די קעמרע סיסטעם אליין האלטן רוב גדולי ישראל אז ס'איז נישט ווערט גארנישט, אבער זיי
זענען אליין מודה אז קיינער קוקט קיינמאל נישט אן די קעמרעס, פשוט און פראסטע חלב עכום


א שוידער!

זיי האבען עפעס איינס צוויי פארעמס ווי היימישע אידען ארבעטען, און מיט דעם שטעלען זיי אן א
שיינעם פנים זיך צו כשר'ן


איך נוץ שוין נישט אפאר יאר פון די השגחה, זייט עס איז דא געווען אויף א שמחה א משגיח פון א
גרויסע כשרות ארגאניזאציע אין א"י, און ער האט מיר געזאגט אז די השגחה פון חוג איז גארנישט ווערט

אבער יעצט נאך עטליכע שמועות וואס איך האב געהערט דא און דארט, האב איך געמאכט קאנטאקט מיט א
ערשטע האנט אין א"י, און ער האט עס מיר באשטעטיגט גאר שטארק, ער קען נישט פארשטיין וויאזוי
אלע היימישע געשעפטען אין חוץ לארץ פארקויפן דערפון אין די גרויסע נומערען



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 20:24 לינק ישיר 

איך האב שוין לאנג חושד געווען חוג ח"ס

דו ביזט הונדערט פראצענט זיכער וואס דו שרייבסט?

הרב אונגאר איז געווען א גרויסער ת"ח, כ'מיין אז בחייו האט די השגחה געהייסן א גוטע.

שוין לאנג וואס איך לאז נישט אריין אין שטוב פראדוקטן פון חוג ח"ס.

עטליכע ice cream פון קליינ'ס טראגן די השגחה.

לאמיר האפן אז עס איז נישט אמת.


זיי מיר נאר מסביר ווי קען מען האבן חלב עכו"ם אין מדינת ישראל?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 20:31 לינק ישיר 

קאנפערמירט?

ווי אזוי שריביסטו אזא קעפל אן קיין דעקונג? האסט א בריוו פון איינעם? אדער עפעס א אנדערע הוכחה?

סתם צו באשמוצען א הכשר?

הרב שמועל אליעזר שטערן מיט די אנדערע רבנים זענען גרויסע תלמידי חכמים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 21:01 לינק ישיר 

ווי שוין געשריבען, האב איך שוין געהערט מערערע שמועות, נישט אין מקוה אדער אין גאס, די שמועות זענען אויך געווען פון מענטשען וואס ווייסען וואס זיי רעדען, זיי האבען שייכות מיט די ענינים אבער כדי צו קענען דאס שרייבען ברבים, האב איך עס געמוזט הערען פון א מענטש וואס איז פון א"י, און איז א מומחה אין די זאכען, און איז אליין אראפגעפארען אין א טייל פון די פארעמס, און ער זאגט מיר מיט א זעכערע קלארקייט: די פראדוקטען זענען נישט נאר חלב עכו"ם, נאר א טייל זענען בפשטות אויך געמאלקען אין שבת, און קיין משגיחים איז כמעט נישט דא דארט אין ערגעץ זיי מעלקן ביי מערערע פארעמס, איינס צוויי פארעמס ארבעטען אידען שומרי שבת, ביי א קליינער טייל איז עס געפירט דורך פרייע אידען, די איבעריגע זענען פשוטע אראבישע פארעמס עס טוט מיר וויי עס צו שרייבען, איך האף איך מאך נישט קיין שאדען פאר קיינעם, איך שפיר עס אלץ א אחריות מודיע זיין פאר'ן חשוב'ן ציבור דאס וואס איך ווייס לויט די טענער וואס דער איד האט צו מיר גערעדט, זעט אויס אז ער גייט זיך נישט אפשטעלען ביי דעם, ער וועט מן הסתם פארפירען ווייטער, ער האט גאנץ גוטע קשרים מיט די גרויסע קעפ דארט אין א"י



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2006 21:57 לינק ישיר 

this us old stuff i happened to join a charusa of 2 talmidei chachumim last summer when they discussed this horrible issue, unfortunately they found the 'loshon horas' to be real fact! it is a shame that these distributors should be able to infiltrate the heimishe market with these "mislabeled" products



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 22:54 לינק ישיר 

מיר "שמעקט" די שוידערליכע קאמפירמעיאשן פון א שמוציגע קאמפעטישאן טאקטיק
אז עס איז אזוי געפערליך טא לאמיר זען א בריוו פון א קאמפעטענטן רב זאל דאס שרייבן און קאנפירמען נישט נאר א שרייבער אונטער 3 ניקס אויף הייד פארק
ארור מכה רעהו בסתר מיינט ווען מען איז מוציא שם רע פארשלייערט אונטער אן אנאנומער ניק
אז דו מיינסט יודישקייט גיי צו התאחדות אדער צו די עדה און ברענג א בריוו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 04:15 לינק ישיר 

היימיש, סקיקט אויס אז דו ביסט אפשר דער דערמאנטער דיסטריביוטאר....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 05:14 לינק ישיר 

וויבאלד איך קען דיך נאר אלץ א ניק (זאל שוין זיין א ניק נאמן) האב איך נישט קיין רעכט דיר צי גלייבן, חאטש ס'איז קאנפירמט

איז דיין שרייבן ריין לשן הרע.

נא ווער גלייבט איינער וואס גייט שרייבן לשן הרע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 12:29 לינק ישיר 

קודם כל זאל מען נישט אויסמישען מיט "חוג חתם סופר בני ברק" און "חוג חתם סופר פתח תקוה", עס קען זיין אז דער וואס זאגט אז עס איז נישט גוט רעד פון איינס און דו טראכסט פון א צווייטע.

לעניינו:
איך האב מברר געווען ביי צוויי מומחים דא אין ארץ ישראל לגבי די מילכיגס פון "חוג חתם סופר בני ברק", ביידע האבען מיר געזאגט אז עס האט נישט קיין שום פראבלעם און איינער האט צוגעלייגט אז אלע זייער מילכיג'ס (פון תנובה) מאכען זיי אינטער ועד רבני תנובה וואס דאס איז 100% בסדר



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 13:44 לינק ישיר 

בקיצור קאנפארמירט הייסט איינער האט דיר אזוי געזאגט אין ארץ-ישראל?

ביי מיר מיינט דאס מעשיות.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 17:49 לינק ישיר 

כורמיזא

במקום א גרינעם אגודל...

איך ווייס נישט וואס סאיז געשעהן מיט די אלטע בילדער, זיך קוים צוגעוואינט צו זיי און שוין געטוישט.

דער אינטערנעט איז BIASED קעגען באטשיס
אפשר קען איינער מסביר זיין דעם באדייטפון די נייע אייקאנס?

לעניננו,

חוג חתם סופר בני ברק הייסט פון די בעסטע הכשרים, ווי רב לאנדא און ביד"צ, מען פארמישט דאס אפט מיט חוג פתח תקוה וואס לפי השמועה האט אנדערע סטאנדארטן.

ובעצם הענין פון עדות אויפן היידפארק. האלט איך בעצם אז סאיז זעהר אגוט עדות, סהאט נאר איין פראבלעם

סאיז איין עדות שאי אתה יכול להזימה 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 19:11 לינק ישיר 

די מומחה פון חוג סתם סופר איז א הרב לאנדא א גערער חסיד פון די גרעסטע מומחים אין כשרות היינט.

קיינער איז נישט חושש אויף אים, סתם היידפארק מעשיות.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 02:11 לינק ישיר 

זאל זיך טאקע יעדער מאכען זיינע אייגענע בירורים (פון קראנטע מקורות, נישט סתם רופען א חבר אין א"י וואס ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו), מיין מקור ראשון איז גאר קראנט, חוג חת"ס בני ברק (וואס אפיציעל הייסן זיי די בעסערע חוג), די קאמפאניס פון וועלכע ער רעדט איז בעיקר "גבעת" און נאך, וועגען "תנובה וייס איך נישט, אבער איך שטעל עס אויף די חזקה פון די זעלבע בעל מכשיר, אויב חלב עכו"ם וואס הייסט Givat איז ביי זיי כשר, פארוואס זאל תנובה נישט זיין כשר מישט נישט אויס תנובה ירושלים מיט סתם תנובה! דאס זענען צוויי באזונדערע זאכען אינגאנצען איך האב אפגעזאגט, זאל יעדער אליין באשליסען וואס צו טוען "ואני את נפשי הצלתי"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 09:05 לינק ישיר 

מען טאר נישט גלייבען קיינע שרייבערס וואס זאגען זיי האבען אליין געהערט וכו'

ווער עס האט מורא פון מאכלות אסורות זאל מוחל זיין אנרופען די רבנים המכשירים און זיי פרעגען זיי האבען א חזקת נאמנות ביז א ב"ד פסל'ט זיי.

אין די הכשרים ביזניס בארעט מען שטארק איינער דעם אנדערען ווי אין יעדע אנדערע ביזניס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/3/2006 19:14 לינק ישיר 

יקיש: איך בין געוועהן בי א וויכטיגע דרשה וועגן כשרות

פייוויש: עפעס חידושים? גילויים?

יקיש: אוודאי.

פייוויש: לאמיך הערען

יקיש: דער בעל דרשער האט געזאגט:  אז דער הכשר פון ער וויל נישט זאגן דעם נאמען מפני דרכי שלום, ספעציעל אויף א געוויסן פראדוקט, וואס קומט פון א באשטימט פלאץ, איז לאו דווקא וואס סשטייט דערויף, ווייל יענס האט א חשש, נאר דאס אנדערע וואס איז אדער ארטיפישל אדער נאטירליך, איז אפשר בעסער מחמת כשרות אבער ציליעב ביטול איז דאס ערשטע בעסער,   סהאט אבער א בליעה פון א היתר, משא"כ די אנדערע פון ערליכערע רבנים, איז איין אמתער נ"ט בר נ"ט. אזוי אויך רוב פראדוקן וואס קומען יענע מדינה, אחוץ דאס יעניגע וואס דער עולם נוצט שוין יאהרן לאנג, יענער הכשר פארלאזט זיך אויף הפסד מרובה, וואס איז פראבלעמאטיש ווייל וויפיל הייסט מרובה? לכן איז די בעסטע זאך צונוצען נאר מיט די גרינע לעיבלס. ובשעת הדחק קען מען נוצען אהן לעיבלס בכלל, ווייל בעצם דארף עס נישט קיין הכשר, איוצא מן הככל איז די גרעסערע, זיי דארפן לכאורה יא בעסערע השגחה, זאל מען  קודם לאזן שטיין עד כדי שיצא הספק מלבו, ויאכלו ענווים וישבעו, אבער נאר אזוי זאל מען נוצען, אנישט גייט מען אריין אין איסורים חמורים רח"ל וואס איך נישט אויפן מויל ברענגען. עכ"ל 

-איך האב עס אלעס אויף געשריבן כדי איך זאל עס דיר קענען איבערגעבן.

פייוויש: אשקויעך הגדול. איך האב שוין פון די זאך געוואוסט לאנג צוריק, יעצט האב איך געהערט צו ערשטן מאהל די פרטים מיט די נעמען. 

יקיש: מצוה לפרסם!
 

תוקן על ידי - baachi - 31/03/2006 19:26:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 20:02 לינק ישיר 

ווי סקיקט דא אויס אין היידפארק, וועט יעדער זיכען צי זאגען אנדערש ווי דעם צווייטען האלט איך אז דער וואס האט געעפענט די אשכול האט ווען געדארפט שרייבען עפעס אזוי: חוג מילכיגס די כשרסטע אין בעסטע אזוי וואלטען אלע שרייבער געשריבען פארקערט.... איך מיין עס נישט אזוי שטארק אויף עכט.. ווייל איך וואלט בין מסתמא נישט בעסער... אבער אין אזא פאל שטיי איך אין די זייט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קאנפירמט: חוג חת"ס מילעכיגס, נישט בסדר!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext