בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

כאפט א פלאץ למען השבת-ב' חוה"מ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/4/2006 20:18 לינק ישיר 
כאפט א פלאץ למען השבת-ב' חוה"מ

ווער געדענקט דען נישט דעם פארגאנגענעם חול המועד פסח איז פארגעקומען די דרשות התעוררות קעגן דעם עירוב וואס טייערע עסקנים האבן שווער געארבעט שלא על מנס לקבל פרס און אויסגעגעבן שווערע געלטער צו ראטעווען אידן פון חילולי שבת.

די ווערטער פון דעם הילל רשע (נישט מיינע ווערטער. הגאון ר' יחזקא' ראטה שליט"א האט אים אזוי אנגערופן) ווי ער האט ארויסגעבלאזן זיין שוימיגן שנאה קעגן ערליכע אידן געדענק איך נאך גוט. ווי ער האט זיך געטרויט מיט אזא טפשות אויפצוטרעטן ברבים איז זייער נישט צו פארשטיין. דאס קומט נאר פון אן אנגעווייטאגטן הארץ וואס איז אנגעשטאפט מיט העסליכע שנאה צו אידן וואס האלטן אנדערש ווי ער.

יעצט קומט א פרישע בשורה אז דעם קומענדיגן זונטאג, ב' דחוה"מ ווערט פריש אראנדזשירט א קיבוץ ווי רבנים וועלן אויפטרעטן און איבער'חזר'ן אז ברוך ה' דער עירוב לעבט. און כאטש די פולע באמיאונגען פון רשעות'דיגע הענט וואס האבן אריינגעלייגט כל טצדקי צו טשעפענען און ארונטעררייסן דעם עירוב, שטייט דער עירוב בהדרו און מען קומט נישט צו מחלל שבת זיין אפי' בשוגג.

דער עולם וואס וויל נישט פארפאסן די ווערטער וואס מען וועט גאנץ באשטימט צענזורירן, זאל גיין און כאפן א גוטן פלאץ ביים גרויזאמען אסיפה, כאטש עס איז א פשוטע זאך אז דער נייטרא'ר דיין וואס איז געקומען פסק'ענען א הלכה וואס הגם לשיטתיה פאר יאר טאר קיין רב וואס איז נישט פון די שטאט אריינרעדן, און וויאזוי ער האט געזאגט במתק לשונו, "ווער האט איהם געפרעגט?" וועט נישט אויפטרעטן, קוקט אויס אז א יאר האט איהם גענומען צו באמערקן אז נייטרא איז ווייטער פון וויליאמסבורג וואו בארא פארק.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/4/2006 20:22 לינק ישיר 

נישט צום גלייבן אויף אזא מהלך, שוין ברוך השם דא אפאר יאר דער עירוב, וואס טויזענטער אידן, און איך אויך צווישן זיי, זענען שוין אפגעהיטן געווארן פון חילול שבת, זאל מען נישט קענען איינרוען, איך האף דארט צו זיין, און נישט דארפן הערן די צענזירירטע טעיפס. תוקן על ידי - שם_אחר - 12/04/2006 20:23:17



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2006 09:03 לינק ישיר 

פון ווי ווייסטי אז די  דער נייטרא'ר דיין וועט נישט אויפטרעטן?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/4/2006 18:50 לינק ישיר 

ווי גייט עס זיין?

ווער גייט יא רעדן?

איך פארשטיי אז עס איז דא אסאך אידן וואס שטערט א עירוב, וואס איז אבער די אויפטי פון די דרשות? די עירוב וועט דאך בלייבן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2006 01:59 לינק ישיר 

אויף די פלאקאטן אויף די גאס שטייט אז עס וועט אויפטרעטן
הרב ר' געציל בערקעוויטש שליט"א
אין נאך עפעס א רב פין די פרעמד, איך מיין פין פלעטבוש.
אין הרב ר יוסף חיים מאסקאוויטש

איך גלייב נישט אז הרב ר' געציל וועט דארט זיין באזיכן די קאאקאאס, קיין נארמאלע מענטש שטייט נישט מיט זיי אין ווארט, אין זיכער וועט ער נישט רעדען. 
די חברה זענען געבויט אויף שקר, פאריאר האבן זיי געשריבן אז די קיוויאשער גייט רעדען

איך קען זיין ראנק. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2006 18:56 לינק ישיר 

איך בין געווען אנהייב ווען ר' שלמה הערצאג האט גערעדט אז דער וואס מאכן דעם עירוב דארפן דען דעם עירוב?

מען האט פארשיקט בחורים מיט הויכע היטן וואס האבן זייער שטארק געוואלט אויסהערן די דרשות...

שפעטער בין איך שוין נישט געווען.

עס איז געווען אנגעשטאפט מיט טויזנטער אידן וואס האבן זיך געוואלט אנעמען לכבוד דעם הייליגן שבת.

הרה"ג ר' געציל בערקאוויטש שליט"א האט טאקע נישט גערעדט נאר געווען ביי די ראוז קעסל און שארף גערעדט קעגן די עירוב אז מען טאר נישט טראגן וועגן דריי טעמים

1 רבינו הקדוש מ'סאטמאר זי"ע האט זיכער נישט געהאלטן דערפון.

2 אזויפיל אידן זענען נישט מזכה דעם פת, מאכט עס א פראבלעם פארן עירוב אויב ס'איז דא.

3 קיינער ווייסט נישט ווי דער עירוב איז.

איך האב אויך געהערט אז אין ויואל משה האט מען נאכגעזאגט אז הרב שטיינמאן האלט נישט פונעם עירוב אין וויליאמסבורג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2006 19:19 לינק ישיר 

אינטרעסאנט אז קיינער דערמאנט נישט די אימפארטירטע ראביי וואס האט אויפגעטרויטען.

אריבער גייענדיג נאך וואס עס איז שוין פארענדיגט געוועהן, הער איך ווי איין 'לוחם' שרייט אן א צווייטען 'לוחם', "ציונות איז אסאך אַרגער ווי אן עירוב." איך האב מיך נאכגעפרעגט וואס דער באדייט פון די רייד איז זאגט מיך א אנוועזענדע אז דער דרשן פון פלעטבוש האט דערמאנט הרב שטיינמאן און הרב אלישיב אלץ א ראי' לדבריו אז וויליאמסבורג איז א רשות הרבים דאורייתא. (מן הסתם האט ער נישט געוויסט אז עס זענען דא וואס האלטען אז די רבי זי"ע האט אויך אזוי געהאלטען). איך בין זיכער אז די רבי זי"ע וואלט דאס אנגעקוקט ווי א מצוה הבא על ידי עבירה.

וואס טיט מען אבער נישט אין די דאזיגע קרייז פאר אביסעלע קנאה, תאווה, און כבוד.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 02:56 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס הרב שטיינמאן האלט, הגם איך האב קיינמאל נישט געהערט אז ער איז א פוסק, אבער דאס ווייס איך זיכער אז הרב אלישיב האלט נישט אז עס איז א רשות הרבנים דאורייתא.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2006 18:26 לינק ישיר 

יאגעלע
עס איז בכלל נישט קיין פראבלעם, ווייל מען קויפט אפ דעם רשות פון שטאט.

כך מבורר בפוסקים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2006 18:35 לינק ישיר 

יאגעלע

אגוטן מועד

א פראבלעם מיט שרייבן חוה"מ, אבער דא אויף דעם פארום איז יעדער אקטיווער חבר א דבר האבד

דער זיכוי הפת ענין איז אדער איין אויסגעשפראכענער פאליטישער בלאף, פון דעם בית היוצר פון די היסטארישע בלאפן און צום בעסטען א איין עם הארצות  

איך וויל נישט צופיהל מאריך זיין אבער לכבוד די צווייטע טעג וועל איך איבער גיין קמחא טחינא  

איין נקודה

סדא א תשובה אין מהר"ם שיק וועגן די די נעאלאגן (זיי זענען נאך נישט געגאנגען קיין שטריימלעך) וואס ווילן נישט דעם עירוב

ענטפערט ער בערך אזוי (דער טיישט איז מיינער- דער תוכן פון מהר"ם שיק)

לעולם אז מקויפט אפ דעם רשות פון שר העיר פייפט מען זיי אינגאנצו אהן.
 אלא וואס דען דארף מען בכלל איין עירוב?

פאר די אידן וואס זענען מזכה זייער רשות, איז דא א מצוות עירוב
פאר די דאזיקע שוטים וואס גלייבן נישט אין תקנת חז"ל, און ווילן נישט דעם עירוב, זייער רשות קויפט מען אפ פון שר העיר, ואין להם חלק במצווה זו 

קאפיש?

אגוטן יו"ט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 19:59 לינק ישיר 

זיכו פת איז נאך אלעם א פראבלעם, קוק וויפיל אידן זענען געווען אין ויואל משה און אויב די אלע ווילן נישט קיין עירוב קען מען זיך דען רואגי פארלאזן דערויף?

קודם יאגעלע דארפסטו וויסען אז אין הלכה איז נישט דא קיין שום נ"מ צי איינער איז מוחה אדער 1000 זענען מוחה, דאס אליין אז די מיינסט אז יא וואזט ווי קאראפט אין גרייט צי פיטערן די עולם מיט שקר. אין  עולם גולם שלינקט מיט דארשט.
 
געב נאר א קוק אויף די פאר תשובות וואס איז געווען געדריקט און אור ישראל אין זאג די מיר ווער כאפט זיך אן אויף זייפן בלאז.


 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 20:28 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.
יאגעלע דאס איז פאר דיר

 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/4/2006 17:30 לינק ישיר 

יאגעלע,

ברענגסט דריי שטארקע סיבות פארוואס מען זאל נישט טארן טראגן מיט דעם עירוב (שרייבסט עס בשם דעם דומ"ץ דקרית יואל שליט"א, איך וועל זיך אבער באציען וואס דו ברענגסט נאך בשמו, קען זיין אז ביי דעם דרשה האט ער אויפגעוויזן פון גאנץ ש"ס ופוסקים אז דער וומס"ב עירוב איז פסול מעיקרו אבער איך האב נאכנישט געהערט דעם טעיפ).

די ערשטע שטארקע ראי' לאיסור איז אז סאטמאר רב זצ"ל האט נישט געהאלטן דערפון.

קיין קלארע ראי' אז ער האט נישט געהאלטן פון דעם איז דאך נישטא, און פונקט ווי עס איז דא עדות אז ער איז געווען דערקעגן איז דא אידן וואס ווייסן צו זאגן אז ער איז יא געווען א שטיצער דערפון.

וועגן זיכו פת האט מען דיר שוין געענטפערט, איך וועל דיר נאר צוגעבן נאך א מראה מקום ווי נאכצוקוקן פון א חשובן איד בדורינו הרה"ג מ'אודווארי שליט"א אין שו"ת דברי שלום, חלק שביעי, וואס פונקט אין דעם חלק ברענגט ער א בריוו געשריבן בכתב יד קדשו פון סאטמאר רב זצ"ל ווי ער רופט אים אן 'ידידי'. בכלל גלייב איך אז וואוינענדיג צוזאמען אין איין שטאט לאנגע יארן האט ער נאך אזוי גוט געוויסט זיין דעת אין דעם ענין.

דרך אגב, דער בריוו וואס מען האט פארשפרייט בשמו אז ער האט זיך ארויסגעצויגן פון דעם עסק איז נאך זיין שטערקסטע הסכמה צום עירוב, ווען ער שרייבט אז מען זאל זיך פארלאזן אויף די עסקנים למען העירוב.

דא האסטו דעם מ"מ, או"ח סימן כ'

איך וועל שרייבן עטליכע ראיות וויפיל איך געדענק, ווי ער שרייבט אז מען דארף זיך בכלל נישט צוטוהן מאכן פון דעם וואס די קראנקע מוחות זוכן צו פארטושן און פארדרייען דעם קאפ פון אידן וואס ווילן זיך יא באנוצן מיט דעם עירוב.

פון מחנה אפרים ברענגט ער אז אויב וויל מען מבטל זיין דעם זכות פון עירוב מוז מען עס טוהן בשעת מען איז מזכה דעם עירוב פארן גאנצן שטאט, און אויב נאכדעם וואס מען האט געמאכט זיכו פת איז שוין צו שפעט צו מוחה זיין למפרע.

אויך די גאנצע מוחה זיין איז נאר ווען מען וויל נעמען פון אים געלט און מאכן דעם זיכו פת, אבער אויב קהל געט דעם עירוב קען ער מוחה זיין פון היינט ביז מארגן.

פון רשב"א ברענגט ער אז דאס וואס אין זכין לאדם בעל כרחו איז נאר ווען עס איז דא א קצת חוב, אבער אויב איז דא א זכות גמור קען ער שרייען און מוחה זיין יעדן שבת אין אלע גאסן און ווילדעווען ווי די גרועים שבאומות און עס וועט אים גארנישט העלפן.

דארפסט נאך אדער איז שוין אלעס פארענטפערט?

די לעצטע ראי' צו אוועקמאכן דעם עירוב איז דער שטערקסטער. און דאס וועל איך מוזן לאזן פאר אנדערע.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 17:38 לינק ישיר 

מצורף קובץ

שלמה הערצאג האט מיט א גראדע פנים אין אן בישה געזאגט אז ווען די רבי האט געלעבט האט אידער איינער געוויסט אז מ'טאר קיין עירוב נישט מאכן.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 17:58 לינק ישיר 

.
די אלע האבן נישט געוויסט, ווי איז דעמאלסט געווען הרב שטיינמאן

תוקן על ידי - findodort - 23/04/2006 17:59:30



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/4/2006 18:00 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > כאפט א פלאץ למען השבת-ב' חוה"מ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext