קול מבשר איז בכלל נישט קיין נייע זאך ביים היימישן עולם. עס איז געווארן א אינטעגראלער טייל פון טעגליכן לעבן פון ערליכע חסיד'ישע אידן וואס הערן דארט אויס טאג נאך טאג די נייעסן וואס האט פאסירט אין די דרויסענדיגע וועלט און אויך א בליק אין די היימישע נייעסער וואס איז וויכטיג צו וויסן פאר יעדן.
אנהייב איז געווען ווער עס איז נישט געפאלן דעם פלאן (אזוי ווי אונזערע חכמים וואס זיי געפעלט גארנישט, און אלעס מוז מען אסר'ן גלייך ביים אנהייב) אזוי ווייט אז 'דער בליק' האט עס באשריבן דורך זייער אייגענעם שרייבער וואס האט געפערליך געהאקט דערויף. און יא, זיי טוען תשובה יעצט מיט דעם וואס כמעט יעדן חודש איז דער 'ליניע' זוכה צו פרי אנאנסן דארט דורך פילע בריוו וואס פלייצן אריין אין דער רעדאקציע, און ווערט געדרוקט מאנאטליך.
ארויסגעוויזן האט זיך אז עס איז גאר א ריינע אויסגעהאלטענע אינפארמאציע סיסטעם, פון וואס טויזנטער האבן יעדן טאג גרויס הנאה, און וואס האט אוועקגעריסן פילע אידן פון הערן די ראדיא פאר נייעסער.
זיין עיקר הצלחה און וואס מאכט אז מען זאל עס כסדר רופן איז זיין פעסטע באסאווע שטימע וואס פליסט געשמאק און לייגט אראפ די נייעסער זייער גוט און ציהט מען זאל רופן נאכאמאל און נאכאמאל. ווי אויך האט ער א חוש צו קלויבן פון די בעסטע און אינטערעסאנטסטע נייעסער וואס זאל פאראינטערעסירן דעם היימישן ציבור.
איין קלייניגקייט וואס איך האב אים געוואלט פרעגן פארוואס ווען איך רוף ערגעץ שפעט ביינאכט קען מען נישט הערן גארנישט. עס זעט אויס ווי מען פארמאכט דעם סיסטעם ביינאכט.