|
|
| נשלח ב-10/5/2006 02:11 |
|
| |
פארוואס די שלש שבועות זענען נישט בבל תוסיף
שאלה גדלה לי אליכם אנשי השיטה שבתוככי הפארום דנן
אויב איך נעם אהן ווי ויואל משה אז די שלש שבועות זענען מחייב יעדן איינעם ביהרג ואל יעבור
ווער האט דאס מגלה געוועהן פאר חז"ל די שלוש שבועות
א נביא? רוה"ק?
וואס הערט זיך מיט אלה המצוות- שאין נביא רשאי לחדש? לשיטתנו איז דאס איין אגדה איז דאס קיינעם נישט מחייב. וגם המהר"ם חגיז בספרו סובר כך ומובא גם בפרטיות בשו"ת אבני נזר
אבער לשיטת הויואל משה? איז דאך דאס א בפירושער בל תוסיף. 
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 18:45 |
|
| |
מען נעמט אראפ לעומת זה 3 אנדערע מצוות חדשות:
1. גיין צום כותל
2. לערנען דף היומי
3. גיין צו די בחירות
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 18:50 |
|
| |
ועוד יש לומר וועלכע מען נעמט אראפ
1. הלל ביום העצמות
2. יישוב מדינת ישראל (עזה וכדו')
3. המערכה למען שלימות מדינת ישראל
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 18:52 |
|
| |
דאס איז גוט פאר ליצנות.
אבער אליבא דהילכתא רעדסטו ווי אן עם הארץ, תקנות, גזירות און מנהגים זענען פונקט אזוי מחייב יעדן איד ווי די תרי"ג מצוות, נישט אלעס וואס א איד איז מחוייב צו טון איז בכלל תרי"ג מצוות.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 19:21 |
|
| |
נבוכד
ביזט באצייטנס אראפ פון בוים..אר איך האב נאך אויספעיעט דיר אויסצורעכענען דיינע פאנדיאלא מצוות...
לעניננו.
שלש שבועות איז א גזירה? מנהג? תקנה? ווען האט מען דאס מתקן געוועהן?
חכמים האבן א כוח צו מאכן סייגים צו די מצוות התורה, אזוי ווי יו"ט שני אדער שניות וכדומה, אבער זיי טארן נישט זאגן אז דאס א חלק פון די מצוות התורה. דאס דער טייטש פון בל תוסיף. קוק אין מנחת חינוך צו וואס איז די שלש שבועות א סייג א סייג? איך האב פארשטאנען פון ויואל משה אז דאס איז א יהרג ואל יעבור, נישט א דרבנן.
האסט מיך אינגאנצן "קאנפיוזד"
.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 05:07 |
|
| |
די מקור פון די יהרג ואל יעבור איז די מהר"ל מפראג
די סיבה איז ווייל ס'איז א חלק פון די איסור פון שפיכת דמים - ווייל אויב אידען זענען עובר די ג' שבועות וועט זיין מלחמות און טעראריזם אזוי ווי ס'איז יעט אין ארץ ישראל, ר"ל -
א מלחמה קען נאר זיין ע"פ א נביא אדער בית דין על פי תורה - נישט פון דעם ציונישע חברה
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 03:24 |
|
| |
איך פארשטיי ניש עפעס אזוי גוט.
וואס מאכט טראכטן דעם באטשי אז דער סלאגאן "ייהרג ואל יעבור" אויף איין מצוה מסויימת, איז מכריח אז דער מצוה איז א דאורייתא ?
פון צווישן זעקס הונדערט און דרייצן מצוות, זענען בלויז דריי דערפון בעאויסנאמט געווארן מיטן הלכה פון ייהרג אל יעבור . נו לויט באטשי זענען זעקס הונדערט און צען מצוות נישט קיין דאורייתא ווייל ביי זיי גייט ניקס אן דעם געזעץ פון ייהרג ואל יעבור ?
לשיטתינו, בתוככי חדשות אנש, איז דער גאנצער אשכול א הוילע אגדה און ס'יז קיינעם נישט מחייב.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 03:45 |
|
| |
איציק מלוה מלכה
מיר גייען דא נישט אריין צו יא מלחמה צו נישט
איך פרעג טאמער איז דאס א גזרה דרבנן, ווען און ווער האט מען דאס גוזר געווען און אויך איז דאס נישט יהרג ואל יעבור קיין שום דרבנן איז נישט
כל הכועס וכל המתגאה כאילו עובד ע"ז, ס'נישט קיין יהרג ואל יעבור
אויב מזאגט אז ס'איז א דאוריתא, - איז מען עובר אויף בל תוסיף מדאוריתא לכל הדעות
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 04:04 |
|
| |
מלוה מלכה איך האב נאך אמאהל געליינט דיין תגובה, דיין לאגיק איז גיוואלדיג!
הער איין
אלע רב'ס אין די גמרא זענען אמוראים אבער נישט אלע רבי'ס זענען תנאים
פארשטייסט?
אלע יהרג ואל יעבור זענען דאורייתא'ס אבער נישט אלע דאורייתא'ס זענען יהרג ואל יעבור
סאיז א ONE WAY

|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 04:27 |
|
| |
און אויך איז דאס נישט יהרג ואל יעבור קיין שום דרבנן איז נישט
ווייטער שרייבט בייטשי :
אלע יהרג ואל יעבור'ס זענען דאורייתא'ס
דו ווייסט וואס די סיבה פארוואס די דריי מצוות זענען יא יהרג ואל יעבור?
איך האב דיר נישט קיי מקורות אויף דער מאמענט, אבער כידוע אז בשעת חירום או בעת גזרה, דארף מען זיך מוסר נפש זיין אפילו אויף מצוות קלות שבקלות. לאנג צוריק האב איך געזען גאר א שינעם ביאור מקיף דערויף לצערי דענק איך נישט וואו פונקטליך.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 07:49 |
|
| |
מענין לענין שלא באותו ענין: באטשי שרייבט בתוך הדברים: אלע רב'ס אין די גמרא זענען אמוראים אבער נישט אלע רבי'ס זענען תנאים
וויל איך אייך מיטטיילן אן אינטערסאנטן אנעקדאט וואס איך האב היינט באמערקט לערנענדיג מס' שבת (קל"ה ע"ב), דער רבינו חננאל שרייבט דארט אז עס זענען דא 3 אויסנאמען צו דעם כלל אז יעדע רב איז אן אמורא, וז"ל: קיי"ל דכולהו תנאי מא"י אינון, לפיכך קרי להו רבי, בר מתלת דוכתי, ואע"ג דתנאי אינון קרי להו רב, רב אבא בהאשה שנפלו לה נכסים, ורב אבא נמי בג' שאכלו כאחד, ורב חמא בהדא דוכתא.
זאל דאס שוין דינען אויך אלס "חדשים לבקרים: היינט געזען" פארן היינטיגן טאג.
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|