| נשלח ב-28/5/2006 06:11 |
|
| |
די שבועות לעגענדע פין ר' מאיר בעל אקדמות
די מעשה ווערט דערציילט אין אלע חדרים, און קיינעם פאלט נישט איין צו פרעגען אויף די מאדנע
מעשה, היתכן? איז די מעשה אמת? האט עס א מקור?
אין ספר התודעה קען מען קלאר זעהן אז די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
וז"ל
אקדמות:
הפיוט 'אקדמות' חברו רבי מאיר ברבי יצחק שהיה חזן בעיר וורמייזא (וורמס), היא העיר שחי בה
רש"י. וכמסופר, למד רש"י תורה מפיו של הפיְטן הזה. וכן היו קרובים קרבת משפחה זה לזה:
בנו של המחבר נהרג על קידוש השם במסעי הצלב של שנת תתנ"ו, ואף הוא קִדש שם שמים בויכוח עם
הכמרים שכפו עליו. בויכוח זה פתוהו הכמרים ושדלוהו לעזוב דתו ולקבל דתם. אף הוא השיב להם
אמרים כאיולתם ולעג להם, ובקול מלא עוז ובטחה ספר להם מגבורות הבורא ומאהבתו את ישראל וממעלת
התורה, והשכר הטוב הצפון למקיְּמיה:
לא ארכו ימיו של המחבר הקדוש אחרי הויכוח, כי גוע ומת מיד אחרי כן:
ובמותו, השאיר אחריו ברכה, הפיוט 'אקדמות' בשבח הבורא, בשבח התורה ובשבח ישראל מקבליה - בלשון
הארמית. ונתקבל פיוט זה בהרבה תפוצות ישראל לאמרו לפני קריאת התורה בחג השבועות, בנעימה
מיוחדת מלאה שגב הוד ונצחון. ובקהילת וורמייזא עצמה לא נתקבל מנהג זה, מפני עגמת נפש על מחברו
שאהבוהו מאד, ופיוט זה מזכיר להם את מותו. וכן גם פחדו שלא להכעיס על ידי כך את שכניהם
הנוצרים שאִתם היה לו הויכוח, ושבפיוט זה דברי ניצוח קשים כנגדם:
ע"כ.
זעהט מען קלאר אז ר' מאיר בעל אקדמות איז אוועק דארט אין ווירמיישא.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 08:28 |
|
| |
אין אוצר הגדולים חלק ו' דף קמג ברענגט דארט אז די מעשה איז שוין געווען געדריקט אויף אידיש
תנ"ד אין פיורדא, אפשר האט עס איינער געזעעהן?
איך האב צוויי עיקר קשיות אויף די מעשה.
איינס, פארוואס איז ר' מאיר געווען מחוייב מיתה ווייל ער איז איבער געשווימען א וואסער?אין תחומין למעלה מעשרה, און אפילו שווימען איז נאר א דרבנן.
ווי אזוי האט ר' דן געמעגט אין שבת טראגען די פיוט פין אקדמות, ווי איז אין דעם געווען פיקוח נפש?
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 15:53 |
|
| |
יתכן, ומסתבר דהנהר הי' פחות מעשרה
אבל מ"מ לא נראה שהי' י"ב מיל (שיעור דאוריא)
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 20:40 |
|
| |
אפילו ווען מען רעדט פין תחומין דאורייתא איז נישטא אויף דעם קיין מיתה.
|
|
|
|
| נשלח ב-28/5/2006 23:19 |
|
| |
שלוםשטוב
זאלסט וויסן נהר סמבטיון איז נישט קיין טייך מיט וואסער
נאר עס שפיט א גאנצע וואך שטיינער און שבת רוהט ער פון שפייען
ממילא ער האט נישט איבער געשווימען און עס פאלט אראפ דער ענין פון "אין תחומין למעלה מעשרה"
ווייל ער האט דאס דורך געגאנגען און עס איז שייך אן איסור פון אלפיים אמה אדער י"ב מיל
און די מעשה איז נישט קיין "לעגענד"
גדולי ישראל פלעגען משבח זיין דער פייט "אקדומות מילין"
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 01:17 |
|
| |
ברעסלאווער
גדולי ישראל פלעגען משבח זיין ווען איינער איז נישט געווען קיין נאר, און פראבירט צו רעדען צו
די זאך.
די מעשה איז א לעגענדע, עס איז אן פשוטע באבע מעשה, א מעשה אהן א מקור, א מעשה אהן א הענט און
פיס.
די האלטס דיך ביי תחומין ווען אויף תחומין האב איך שוין געשריבען אז קיין מיתה איז נישטא, און
וואס איז מיט אלע אנדערע קשיות אויף די מעשה, די מחבר פין די מעשה איז גראדע אויך געווען אן
עם הארץ און נישט געכאפט פארשידענע איינצעלהייטען.
און צום אלעם גיבסט די צו א נייע לעגענדע כדי מיישב צו זיין די אלטע לעגענדע, און די ביסט
מחדש וואס דאס איז דעם נהר סמבטיון, א טייך אהן א וואסער איז אזוי ווי א פעלד אהן ערד, רעד
נישט קיין שטותים.
איך זיך דערווייל די ערשטע מקור פין די מעשה, ווייל איך וויל זעהן וואס דארט שטייט אלץ, ווער
ווייסט וויפיל טעותים זענען דארט דא וואס זענען שוין פארבעסערט געווארען און אונזערע חדרים.
אגב, עס איז דא נאך אסאך פיוטים פין דעם ר 'מאיר בעל אקדמות, זיי זענען געדריקט אין מחזור
וויטרי, אבער נאך איין פיוט איז דא פין אים, וואס מען זאגט בכל תפוצות ישראל יעדען טאג, ווער
ווייסט וואס דאס איז?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 18:20 |
|
| |
א פיוט וואס מען זאגט יעדן טאג?
ווי זאגט מען פיוטים יעדן טאג?
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 02:05 |
|
| |
דער ערשטער מקור ווי איך האב עס געזען איז אין אלי' רבה ווי ער שרייבט ומקיים המנהג נמצא נדפס בלשון אשכנז ישן נושן מעשה באריכות דעל מה תקנו אקדמות וסיים דכיון שהמעשה היה במדבר לכן תקנו לומר אחר במדבר סיני זכר לנס.
און עס איז באמת טאקע דא אזא ביכל אויף אידיש {פיורדא תנ"ד} מיטן נאמען מגילת רבי מאיר - פון א גליק ראד., אין ר' דוד אפענהיים ברענגט דאס אראפ צווישען זיינע ספרים.
תוקן על ידי - APPLE - 30/05/2006 2:06:42
|
|
|
|
| נשלח ב-30/5/2006 06:33 |
|
| |
ר' עפעל
האסט נישט געליינט מיינע תגובות, איך האב שוין דערמאנט דעם מעשה ביכל פין פיורדא, בשם דער
אוצר הגדולים, וואס דארט ברענגט ער דעם אלי' רבא. דער אלי' רבא ווייזט אויף גארנישט, ער
ברענגט סך הכל א מעשה ביכל. ערבך ערבא צריך.
איך זעה אז מען ווייסט נישט וועל איך מגלה זיין וועלכע פיוט, די ווערטער צור ישראל קומה
בעזרת ישראל ופדה כנאומיך יהודה וישראל, איז פין ר' מאיר בעל אקדמות.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 17:31 |
|
| |
ר' מאיר'ס קבר איז דאכצעך באוואוסט, אדער אין ווארמס אדער גאר אין א"י.
זיין מציבה איז א סתירה צו דער מעשה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/6/2006 18:52 |
|
| |
שלוםשטוב
צור ישראל איז נישט פון ר' מאיר, אין צוגאב דערצו וואס עס כלל נישט קיין פיוט.
ר' מאיר האט בלויז צוגעלייגט דעם פסוק "גואלנו ד' צבקות שמו קדוש ישראל" כדי צו ערגענצן א פינפטן "ישראל".
צא ובדוק.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 02:00 |
|
| |
אפשר איז דאס פון די זעלבע מקור ווי די "אבני החושן" מעשיות אין די "ליכט שטראלען" ביכלעך?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/6/2006 02:50 |
|
| |
פין די מצבה אין ארץ ישראל איז נישט קיין ראי', ווייל עס איז מן הסתם א מצבה אזוי ווי פין
אפטער רב זצ"ל.
פין ווארמס, אויב איז דא דארט איז טאקע א ראי'. בכל אופן ברענגט ער דארט אין אוצר הגדולים א
אלטער קונטרס ווי מען שרייבט דארט קלאר אז ר' מאיר איז אוועק אין ווארמס.
צבי, די מעשה איז גאר אן אלטער לעגענדע, מען רעדט נאך פין שנת תנ"ה, אנדרעש ווי די מעשה פין
די אבני החושן וואס דער שרייבער ר' יודעל ראזענבערג, האט געהאט מאטיווען און מען ווייסט אז ער
איז געווען א באקאנטער בלאפער.
איינער ווייסט ווי מען קען זעהן דעם ביכל?
נבודכנצר,
ביסט דיך גוט טועה, איך ווייס וואס איך רעד און מיינע מקורות זענען דא אין די נעקסטע צוויי
תגובות. אין אמת'ן, פאסט פשוט נישט פאר דיר צו שרייבען אזוי.
|
|
|
|
|