כיון דאתאי לידי, אימור ביה מילתא, לויט ווי אזוי איך קוק אהן דעם ענין האב איך אפאר שאלות, ערשטענס וואס איז געווען די גרויסע אינטערווענצן פון די עסקנים אז די פלען זאל בלייבן די זעלבע, און ווי אויך אז די פאון זאל נישט האבן קיין טייערערע פלענס, הלמאי? פארוואס עפעס זאל ספרינט, אויב האבן זיי שוין יא מסכים געווען צו מאכן א טלפון מיט א הכשר, איז דאך לכאורה געווען געוויסע נדבנים וכדו', איז צוליב וואס זאלן זיי העכערן די פרייז פאר א פערזאן וואס פארלאנגט די טלפון, עס איז שוין פון זיי ארויסגעקומען א טלפון וואס מ'קען בשום אופן נישט אנקומען צו קיין וועב, און קיין דאונלאדס, האבן זיי דארט אויך מודיע געווען די בשורה משמחת, אז די עסקנים האבן ערלעדיגט אז די פרייז פון די פלען זאל נישט ארויפגיין פאר די וואס וועלן זיך באנוצן מיט די סארט טעלפאון.? עס איז דאך פונקט אזוי אנדערש פון אנדערע טלפונים, וואס האבן יא קשר צו אינטערנעט, איז טאקע די איינציגע סיבה אז קיין טעקסט מעסעדזשעס קענען נישט גענוצט ווערן פון די טלפונים, זיין גענוג א שטארקע סיבה אז זיי זאלן בעטן טייערער, ווען נישט די די אויפהערליכע געטרייע עסקנים האבן זיך מוסר נפש געווען בלב ובנפש אז זיי זאלן נישט הייבן די פרייז? אתמהה, דאס איז נומער איינס
נומער צוויי, קען מיר אפשר אנצייגן, וויאזוי מ'קען באקומען טעקסט מעסעדשעס, פון די סארט וואס זענען מכלה מנפש עד בשר אויף א סעלפאון? איך בין שוין א סעלפאון באנוצער פאר אסאך יאר, לעצטענס האב איך צוליב א סיבה געטוישט נומער, און איך האב אנגעהויבן צו באקומען מעסעדזשעס פון אלע סארט, און די זעלבע צייט איז מיין ביל ארויף אין די הונדערטערס, רופנדיג ספרינט, האב איך אנטדעקט אז דאס איז נאך שולדיג דער וואס האט געהאט די נומער פאר מיר, האב איך גלייך געטוישט צו א פרישע נומער, און זיי האבן מיר אראפגענומען בערך א פיר הונדערט טאלער פון די ביל, אבער אין די זעלבע צייט בין איך געוואויר געווארן אז ווער עס וויל באקומען נישט קיין אויסגעהאלטענע מעסעדזשעס (גלייבט מיר עס איז בכלל נישט געווען אזוי שמוציג, ווי די פון וואס די עסקנים רעדן לכאורה) דארף פאר דעם באצאלן אין דעם טאטענס טאטען אריין, דער יצר הרע איז בכלל נישט פאר אומזיסט, שטעלט זיך מיר די פראגע, דער וואס איז גרייט צו צאלן רבי געלט כדי צו ווערן פארדארבן, וועט דען העלפן אז מ'געט ארויס א טלפון מיט א הכשר? דער איז דאך מסכים צו צאלן דערפאר, וועט ער עס נישט האבן אויף זיין סעלפאון וועט ער עס האבן אויף אן אנדער וועג, וואס איז די רעש איבער די סעלפאונס?
בכלל פארפירן זיי אז א פינף מינוטיגע אומשולדיגע שמועס פון א אינגערמאן - בחור - מיידל, אויף א סעלפאון, קען איהם אינגאנצן אראפפירן פון דעם אידישן וועג, איז לכאורה וואס איז דאס אנדערש פון א האום פאון, וואס לכאורה דאס איז דאך בכלל אינגאנצן פרייוועט, דא קען מען כמעט אפילו נישט נאכגיין די טלפון נומערן וואס מ'האט גערופן, אנדערש פון א סעלפאון וואס יעדן חודש קומט אהן א אינוויאויס דיטעילט יעדע טעלפאון רוף, איז פארוואס זאל עמיציר זיין פאראינטערסירט צו ווערן פארדארבן דווקא דורך א סעלפאון אנדערש פון א פשוטע טלפון אינדערהיים? לפי זה וואלט מען ווען געדארפט ארויסקומען מיט א הכשר טלפון, פאר די שטוב, אזוי ווי דזשעי נעט, אז מ'זאל נישט קענען רופן נאר היימישע טלפאן נומערן, אדער אויב דאס איז נישט מעגליך זאל מען דאס בכלל אסר'ן, און סיזאל נאר זיין בארעכטיגט זיך צו באנוצן מיט די כשר'ע סעלפאונ'ס. (איך האף אז סיוועט נישט קומען דערצו)
דערויף וואונדערט מיר קיינער פון די רבנים רעדן בכלל נישט אויב דארף איינער האבן שאדן, למשל איך האב איצט שאדן, ווייל איך האב צוויי וואכן צוריק אויפגעסיינט מיט א נייע קאמפאני, אויף צוויי יאר, און דאס וועט מיר בכלל נישט אנקומען ביליג צו קענסלען, אזא פאל וואלטן די רבנים געדארפט דן זיין, צו איז טאקע די מגפה אזוי גרויס, צו איז טאקע אמת אז דער עולם ווערט פארדארבן אין די מאסן, א דאנק די טעקסט מעסעדזשינג? אדער איז דאס נאר צוליב הרחק מן הכיעור, אדער איז דאס א גדר פאר אונזערע קינדער, ווייל אפשר וועט דא ווערן אזוי ווי איינער האט מיר געזאגט אז אין ארץ ישראל, צו די ווילסט צו די ווילסט נישט באקימסטו מעסעדזשעס פאר שמוץ, ממילא האט מען דארט געדארפט מאכן א נייעס כשר'ע סעלפאון, אבער כפי ידיעתי איז זיי אויך נישט בייגעפאלן צו בלאקן טעקסט מעסעדזשינג אינגאנצן, איז דאך דאס ממש א פלא, איז טאקע נאר אין חו"ל דא אזא פראבלעם? אינטערסאנט אז דער ציווילער מענטש האט זיך נאכנישט אנגעשטויסן מיט אזא פראבלעם נאר די עסקנים, און די חברה וואס די עסקנים נעמען קער, איז דאך כאמרן, דער פראבלעם הייבט זיך נישט אהן און ענדיגט זיך נישט ביי דעם סעלפאון, די פראבלעם איז אז עס שטינקט ביים קאפ, די טעקסט מעסעדזשעס איז שוין נאר א פועל יוצא פון פארדארבענקייט, בין איך גערעכט אדער נישט?
ווער עס קען מיר געבן א קלארע דעה אין דעם ענין וועל איך איהם מכיר טובה זיין, ווייל ביז איצט זעה איך נאר שרייעדיגע צעטלעך, וואס הערן נישט וואס מ'רעדט צו זיי, און פארענפערן נישט קיין שאלות, נאך אביסל וועט מען נאכשרייען סעלפאון פאר די עבירה פון טראגן א סעלפאון אהן א הכשר אינדערוואכן, אויב איז עס ריכטיג אדרבה, אויב אבער נישט וויל איך נישט פארשעמט ווערן.
 |
|
|