איך האב געזעהן אלע צעטלעך אין ביהמ"ד און איך האב מיך געבראכען
סהאץ געפועלט
מהיום והלאה
טראג איך נישט קיין שייטל אין דעם עירוב וועל בל"נ נישט שמועסן ביים דאווענען נאר מיט א כשרע סעלפאן, איך גיי הארגענען אלע שונאי ישראל מיט "אזיכערן טויט" דורך איינשרייבן זיי אויף'ן אינטערנעט שער מיך די בארד נאר מיט א מאשינדל וואס האט א שיעור חזון איש גיב איך איין איניינציג פרוטות פאר ר' חיים פאלאגי יעדן ערב שבועות נעם די באסעס פון די באבעווער חתונה קיין באפאלא צום ציון פון יונה לאנדא קויף די נייע עוז והדר ש"ס מיט ניי געזעצטן פירוש ר"ן אויף שאטנשטיין
טאמער וועט מיר בלייבן צייט נאך אלע פרקי אבות שיעורים מיט חברת תהילים וועל איך קויפן די טעיפס פון ר' שמשון פינקוס מיט הגהות ר' אביגדור מיללער אויף זוהר חדש פון ר' דניאל פריש.