|
|
| נשלח ב-9/6/2006 17:37 |
|
| |
איך בין געווען אין ירושלים פאר עטליכע און צוואנציג יאר צוריק און איך בין אריינגעגאנגען צו
אים אין געשעפט צו קויפן א שטיקל קעז קיכל. ער איז געזעצן ביים רעדזשיסטער און אין די בעק איז
געווען א בעקער מיט קיילעכיגע ברילן. כ'האב באצאלט מיט גרויס געלט און דער אלטער האט געדארפט
גיבן טשענדזש. ער האט מיר געווארפן די טשענדזש מיט א כעס. ס'איז מסתמא געווען צו שווער פאר
אים צו ציילן אדער זיך קאנצעטרירן אויף די קליין געלט. ווען כ'האב געזען די דאקומענטערי איז
מיר געקומען צו לאכן: ער ווארפט נאך אלץ די טשענדזש... אבער דער אלטער בעקער איז מער נישטא.
אנשטאט זעה איך א כאפטע רוסן און ספרדים. דער בעקער האט געהאט א חוש פאר הומאר, אזוי צו זאגן.
ער האט מיר אמאל געזאגט: "ביזט א בחור? א בחור מיט אן אחור..."
די דאקומענטערי אליין איז נישט עפעס מורא'דיג. דער דירעקטאר פרובירט שטארק צו ווייזן אז דער
אלטער מיינט דאס געלט. פריי פרעגט דעם דזשורנאליסט וואס ער באקומט פאר'ן אינטערוויו, ענטפערט
ער "שקל". מ'זעט אבער נישט צו ער ווערט באצאלט צו נישט. איך גלייב נישט אז מ'האט אים באצאלט
פאר דעם אינטערוויו און אויב יא איז נישט געווען די כוונה פון פריי צו מאכן א דאלער.
שלמה זלמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 18:01 |
|
| |
ס'דאך געווען א "מקרה" אז מ'האט אים געטראפען, אז נישט פאר די זון וואס רעדט מיט אים וואלט ער בכלל נישט געוואוסט פון אים
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 21:07 |
|
| |
כאטש ס'איז א מקרה קוקט אבער אויס ווי דער אלטער וואלט ווען טראכטן: "וואס גיי 'איך' פארדינען
פון דעם".
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 22:37 |
|
| |
איך האב דא געזעהן אביסל א העכערע סארט באגריף, א איד וואס פארשטייט נישט וואס דאס מיינט פארברענגן צייט אומזיסט, א איד וואס לעבט מיט אמונה פשוטה, לאכט פון די ווארט שקל בכלל, אן איידעלקייט וואס מ'זעהט גאר ווייניג ביי אידן וואס שטייען ביי רעדזשיסטערס, לכאורה האט ער נישט געוואלט נכשל ווערן מיט איבערגעבן ליד אישה האט ער געמאכט א פאליסי אז ער געט אלעס אין די טאץ דארט.
איי איי איי ווי נעמט מען היינט אזא איד?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 09:07 |
|
| |
דער אלטער איז נאך אזוי צוריקגעבליבן, ער האלט נאך ביי די ערפינדונג פוון פליגערס...
ער כאפט נישט אז בעת ער שרייט 'נישט נעמען קיין בליצן' ווערט ער רעקארדירט אויף א ווידיאו גאר.
אבער זיין אמונה פשוטה איז געוואלדיג. כ'אב שטארק הנאה געהאט פון זיין אראפרייסן די סייענטיסטן, מיט דעם פאקט אז זיי קענען נישט מאכן צוריק לעבעדיג א טויטן מענטש אפילו ער פארמאגט נאך "אלע ארגאנען" .........
|
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 10:10 |
|
| |
איר זענט ביידע גערעכט. איך האלט אויך אזוי. איך זעה אויך אין דעם איד א ירא שמים אין דעם
וועג ווי ער האנדלט מיט פרויען און זיין אמונה פשוטה און זיין נהנה מיגיע כפיו וכו'. כ'האב
נאר געזאגט אז דעם דזשורנאליסטס קוק ווינקל איז דער "איך" פונעם אלטן. כ'האב גראדע פריער
גערעדט מיט איינעם וואס האט גוט געקענט דעם הרב פריי און ער הערט נישט אויף אים צו לויבן. ער
איז געווען א תלמיד חכם און א שטארק מיטגעמאכטער איד. יהא זכרו ברוך.
שלמה זלמן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 16:15 |
|
| |
יישר כח
אמחיה צו זעהן אזא ערליכער יוד
עס איז נארמאל אראפצווארפן די רעשטע אויפן טיש אדער אין א ספעשל שיסל
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 19:23 |
|
| |
קומפוט. ס'איז איין זאך "אראפצולייגן" די רעשט אין א שיסל און א צווייטע זאך "אראפצוווארפן"
די געלט אין א שיסל. אבער כ'האב חס ושלום נישט קיין טענות צו א מיטגעמאכט'ן לאגער איד. נאר
אלס קליין בחור'ל בין איך געווארן דערשראקן ווען ער האט מיר געגעבן א ווארף דאס געלט. היינט
פארשטיי איך שוין בעסער.
שלמה זלמן
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|