זיינע שיעורים זענען מורא'דיג צועהנדיג, ער ווארפט כסדר אריין טרעפליכע גלייך-ווערטלעך, וואס מאכט אז דער עולם זאל לאכן אויפן קול, מ'קען עס הערן אויך אין די טעיפס.
ער ווארפט צוזאם אין יעדן שיעור, אן א שיעור ספרים, בלשונם, אין איז גאר שטארק מדייק אז יעדער אות זאל קלאפן, אויף אזא אופן, אז ס'קען פשוט נישט אנדערש זיין פשט אין די ווערטער, נאר אז דער מחבר האט דאס ממש געמיינט.
ער קומט אריין צו די שיעורים מיט א פאק ספרים "וואס ער אליין שלעפט" חוץ וואס זיין בחור'ל (זיין זון) און א עסקן ברענגן. יעדעס ספר האט שוין אריינגעשטעקט אין זיך א צעטל/קליפ ער זאל עס גראד טרעפן. (די מקשיבי שיעוריו ווייסן שוין ווען ער גייט ענדיגן, ווען ער ענדיגט זאגן פונעם לעצטן ספר!).
ער שרעקט זיך נישט פון קיין פירמא, פערזאן, אדווערטייזמענט, אפילו מ'ווייסט וועלכע יחיד ס'שטייט דערינטער. ער מאכט נישט חוזק פון דעם מענטש פערזענדליך חלילה, נאר פון די פעולה וואס יענער טוט.
א דוגמא: פאר שבועות פון די קאלערפול עד'ס פון מילעכיג'ס, ל"ג בעומר די "פייער-סעיל'ס", ער לייגט דאס אראפ אזוי פשוט, אז מען מוז לאכן און וואסערע עולם הדמיון מ'לעבט היינט.
ער צונעמט דעם מענטש'ס "געפילן / הרגשים", גאר אפט, אויף פיצלעך, און מ'זעהט דעם אמת אין פנים אריין, אין ממש מ'לאכט פון זיך אליין.
ער איז משונה'דיג פונקטליך, ער האט שיעורים יעדע וואך איינס נאכן צווייטן, מיט א אפריק פון 10 מינוט, לדוגמא די שיעור יעדן זונטאג אויף תפלה, וואס לויפט פון 9:30 ביז 10:50 צופרי, דערנאך איז 10 מינוט הפסקה, און "פונקט" 11:00 לערנט ער שוין פאר מנחת חינוך. און דאס זעלבע ליל ששי די גמרא שיעור מיט די "סדרה-שיעור", שבת נאכמיטאג פרקי אבות ועוד, וואס איז ממש געריקט איינס פונעם צווייטן מיט אפאר מינוט.
דאס אינטערעסאנסטע איז, אז יעדע שיעור האט אן אנדערן גאנג. איינס לערנט ער פאר מיט הסבר, דאס צווייטע מיט ראשונים, דאס שטאט, די אנדערע שנעל. ס'איז צו באוואונדערן.
וואס ס'מיינט פאר אונז: פון עסן צו דער זעהט, און שלאפן אין באקוועם קען מען א ר' ישראל דוד'ן נישט אויסוואקסן.
** איך ווייס נישט צו דאס האסטו געבעטן, איך האב נאר אנגעהויבן דעם הודעה דיר צו מעלדן איבער'ן "בליק", און די פענע האט ווייטער געשריבן.
נשלח ב-21/6/2006 19:33
זיין טאטע איז הרב שמואל עקיבא שלעזינגער שטראסבורגער רב.
משפחת יפה שלעזינגער איז א באקאנטע משפחה פון רבנים אין אונגארן, מחברים פון צענדליגער ספרים, אייניקלעך פון רבי ישראל דוד מרגליות יפה בעל מחולת המחניים וועגען טיילונג, ולמעלה בקודש רבי משה לייב צילץ ראב"ד ניקלשבורג מחבר ספר שו"ת מילי דאבות.
זיין רבי איז הרב קאפלמאן.
צו קענען זיין דרך הלימוד קענסטו גיין יעדע נאכט צו זיין שיעור אין גפ"ת צו זיען זיין געוואלדיגע הבנה לומדות אין בקיאות, אדער צו זיינע נ"ך שיעורים.
ער איז א זעהר א קלארער לערנער, הן באגדה הן בהלכה. אבער זיין פרסום דורך די טעיפס איז אין אגדה אויף פרשת השבוע, נ"ך, אין בעיקר אויף סדר התפילה וואס ער איז א ממש א חד בדרא
קענט עפעס שרייבן אין אגדה וויאזוי איז לדעתכם זיין צו גאנג צו חסידות און חסידישע ספרים?
נשלח ב-26/6/2006 05:04
ר אומדירעקט יפה דברת!
זייער א שיינע באשרייבונג א דאנק,
אבער וואס איז לגבי זיינע מחאות איך האלט אז ער נעמט שוין באלד איבער די טיטל פין וויזניצע רבי בעל המחאות ממש אויף א יעדע זאך איז ער מוחה סדארף נישט האבן קיין טראפ סענס, נאר וואס? לויט זיין השקפה איז יעדע זאך מותרות און א גלוסט
דאנט געט מי ראנג!
כולי עלמא מודי אז ער איז א ערליכע איד און ממנו ילמדו וכן יעשו, איך אליינס גייט צי זיינע שיעורים אין איך האב זייער הנאה איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען מיינע געפילן
תוקן על ידי - nusen - 26/06/2006 5:05:26
נשלח ב-26/6/2006 08:13
nussen
דו מוזט נישט מסכים זיין אויף זיינע מחאות, אבער זאג נישט אז עס מאכט נישט קיין סענס.
יעדע זאך וואס ער זאגט, איז ער מסביר בטוב טעם ודעת מיט א תורהדיגען צוגאנג וואס איז מלא חן. דאס איז זיין תפקיד צו זיין אמוכיח בשער. דו מיינס אוודאי וועגן דעם MALL?
נשלח ב-26/6/2006 17:14
ניין די מאלל דוקא פארשטיי איך יא
אבער פאריגע וואך ליל שישי האט ער מוחה געוען אויף די פירצה וואס הייסט BBQ וכהנה וכהנה
נשלח ב-26/6/2006 20:22
nussen
פרעג איך דיך, האט א בארבעקיו א פלאץ אין א חסידישען שטוב?.
און טאמער מאכט ער שוין יא אמאהל מאיזה סיבה אזא טריעט פאר זיין משפחה, מעג ער כאטש וויסן אז לאו משנת חסידים היא.
ווער וועט איהם דערמאנען אז נישט ר' ישראל דוד?
פון די מ"ח דברים שהתורה נקנית בהם איז ...אוהב את התוכחות...
נשלח ב-27/6/2006 00:23
באטשי, שכוייח פאר דעם שיינעם אשכול, איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערין עפעס פון זיינע שיעורים, איך האב קיינמאל פון דעם חשוב'ן איד נישט גיהערט.
אגב, אז מ'האט שוין גירעדט פון בארבעקיו, לאמער הערין פון די חשובע מיטגלידער דא, ווער ווייסט ווי שטייט און רש"י אז "פיצא" איז א מאכל בהמה?
נשלח ב-27/6/2006 00:27
שעפסל
איך מיין אז איך האב אמאל געזען זיינע שיעורים אין ארץ ישראל.
YOU ARE MISSING OUT
רעב באטשי די ביסט נאך פין די חסידים הראשונים,
די זאכן וואס איז אמאל געווען טריף איז היינט כשר אזוי גייט די וועלט.
BTW ווען קען מען רעדן מיט הרב שלעזינגער? וועלכע צייטן אין טאג?