מודעה חשובה: 'שיעור עיון' ווערט אפן
דער פורום שיעור עיון האט זיך שוין קונה געווען איר גוטער נאמען פאר א העכסט געלונגענעם און געשמאקן פורום וואו גאר אינהאלטספולע שמועסן ווערן ארויסגעברענגט און אויסגעארבעט.
יעצט קומט אן די פריידיגע מעלדונג אז דער ווירטואלער ביהמ"ד ווערט אפן צום פובליק אז נישט נאר דער וואס פארמאגט א פרוטה זאל קענען אויסהערן און אריינפרעגן נאר יעדער וואס האט א קיבאורד און הענט צו נוצן זאל קענען רעדן אין לערנען.
כאפט אייך אריבער און האט הנאה פון די פילע שיינע מאמרים וואס זענען שוין דארט אויסגעאקערט געווארן.
|