אזוי ווי די מופקרים פין די מדינה הציונות האט אריינגעלייגט די גאצער ישוב אין ארצינו הקדושה אין אגעפערליכער סכנה איז א חיוב מתפלל צו זיין צום רבונו של עולם אז אידישע קינדער זאלע ניצול ווערן מחבלי משיח ומהריגות
אין מען זאל ניצול ווערן סיי פין די ציונים אין סיי פין אראבערס דורעך משיח צדקינו עס איז דא די הייליגע תורות פין רבינו הקדוש בעל ויואל משה וואס ערהאט אונז פארגעשריבען וואס צו טוען אין אזא צייט נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך די רעליגיעזע ציונים וואס זאגען אז רק כחי ועוצם ידי פין צה"ל וועט ראטעווען אידישע קינדער (אבער מאכן יום תפילות פאר די טמנע צהל) מען זאל מתפלל זיין צום רבונו של עולם אז ביידע קליפות זאלען בטל ווערן במהרה בימינו אין די מדינה הטמאה זאל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים אז קיין שום יוד זאל ח"ו נישט געשעדיגט ווערן
איך האב פערזענליך געהערט פין הגה"ק מרן בעל ברך משה וואס האט געזאגט ביי זיך אין שטוב ביי שמועס אז דאס רוסישער קאמיניסטישער גאווערמענט אין דאך געווען די גרעסטע וועלט מאכט אין אפילו מיט 25.000 טויזענט נוקלאראע באמבעס איז עס אינטערגעגאנגען נאך זיבעציג יאר אן קיין שאס כמעט זעהט מען דאך אז עס דא אזא זאך וואס דער רבונו של עולם טוט אזויליכע זאכן ברויך מען מתפלל זיין אז אזוי אויך מיט די מדינה הטמאה דארף מען מתפלל זיין אז עס זאל בטל ווערן מתוך רחמים וחסדים אז קיין איד זאל נישט ניזוק ווערן.
קרעדיט חדשות אנש סאטמאר-kjrus
פאראכטן מ'זאל עס קענען בעסער ליינען.
תוקן על ידי - שם_אחר - 14/07/2006 18:50:07
נשלח ב-18/7/2006 18:25
גיי צו א דאקטאר
נשלח ב-18/7/2006 18:33
צבי פארוואס זאל ער גיין צום דאקטער ווייל ער פארשטייט אנדערש ווי די? אפשר זאלסטו גיין ווייל די פארשטייסט אנדערש ווי אים
יא איך פארשטיי אויך אז דאס איז דעת תורה אפילו עס שמעקט דיר נישט
נשלח ב-18/7/2006 18:46
צבי,
אזעלכע ווערטער דערמאנען מיר פון חיידער...
ענדערש זיי מסביר דיין שטעלונג אז אפי' בעלי גאוות זאלן דיר פארשטיין .
נשלח ב-18/7/2006 18:56
דיפלא, די סיבה אפשר פארוואס ער האט גערעדט קורץ און שארף איז צוליב ווייל ער האט נישט וואס מסביר צו זיין, דער אמת שפייעט שוין ליידער אין פנים. אבער עס איז זייער שווער פאר א מענטש אויפצוגעבן זיין דעה, סאו האלט ער עס נאך מיט אייזערנע קייטן.