בד"ה עלסטער היימישער איד אין מאנטריאל נפטר געווארען
ר' צבי הירש כרמל ע"ה מזקני וחשובי מונקאטש איז נפטר געווארען דעם פרייטאג אין עלטער פון 99 יאהר, דעם חודש איז ער געווארען 99 יאהר. ער האט נאך געקענט דעם אלטען מונקאטשער רב.
ער איז געווען דער שטענדיגער בעל תפלה ימים נוראים אין מונקאטשער ביהמ"ד מאנטריאל, ווי אויך דער גבאי נאמן פון אונזער ביהמ"ד, זיך אפגעגעבען די לעצטע 50 יאהר בלב ונפש מיט א געטריישאפט פאר דעם ביהמ"ד,
ער האט איבערגעלאזט 3 זון ר' זלמן נ"י ר' יוסף שלום נ"י אין מאנטריאל, און ר' משה אין ניו יארק, אויפגעשטעלט שיינע אידישע חסידישע דורות,
ת.נ.צ.ב.ה.
תוקן על ידי - קיסנער - 23/07/2006 8:21:10
|
|