שושנת,
איך האב גראדע אויך געטראכט די זעלבע, און אויך געהערט פון אנדערע, אז כאטש עס איז ווערד מער ווי א פינעווער, איז אבער שווער ארויסצונעמען פון טייסטער אזא סכום יעדע וואך.
איך וואלט אויך ענדערש געוואלט, אז אנשטאט ארויסגעבן דעם צייטשריפט אויף אזא פארמאט, זאלן זיי זיך ענדערש מצמצם זיין אויף א געהעריגן צייטונג יעדע וואך, און יעדן חודש ארויסקומען מיט א דיקן צייטשריפט.
ווערביןאיך,
גאנץ א גוטער איידיע. אויב האסטו געזען דעם צייטשריפט די פארגאנגענע וואך, און האסט געליינט אנדערע צייטונגען, האסטו געקענט באמערקן א ריזיגער דיפערענץ אין דעם וועג ווי זיי האבן באריכטעט די נייעס.
אין קורצן איז עס געווען בערך אזוי,
די צייטונג, האט עס געשריבן קורץ און צום דבר.
דער איד, האט זיך סתם ארויסגעדרייט דערפון, אנגעבנדיג אז דאס געהערט פאר די רבנים אין שטאט דן צו זיין...
דער בלאט, האט אנגעפילט א שטויס מיט זייטן, הויפטזעכליך אז פפון די מעשה קען מען זען אז מען ברויך קויפן נאר אין זייער פלייש געשעפט...
אנדערש האט דער צייטשריפט עס באשריבן, מיט אינטערוויוען פון פארשידענע פערזענליכקייטן, איבערהויפט מיט די דריי גרויסע אין די השגחות ליין, ר' הלל וויינבערגער, נירבאטור, און ר' יושע כ"ץ.
 |
|
|