די קידוש ב"ה איז געווען לעילא ולעילא לויט די גריסן וואס כ'האב צוריק געהערט.
דא איז א קליינע באריכט אויפן שפיץ גאפל. געווען איז ביים קידוש די פאלגענדע ירושלימער לאקשן קוגל, אווער נייט פאטעיטע קוגעל, פארשידענע סארט קעיק'ס, קדם גרעיפ דזשאוס, ספארקלינג גרעיפ דזשואס, קדם 144 וויין, פארשידענע זיסע און טרוקענע קדם וויין, פארשידענע באראן הערצאג'ס, שיבאס ריגל (געשיקט דורך א אנ"ש מעמבער), פליישיגע טשולענט, אין די טשולענט איז געווען. מעהל קוגל, מארך ביינער, בהמה פלייש, הינער פלייש, טורקי פלייש, דריי קאלערדיגע בונדלעך, טשיק פיס, גערשטן. הערינג מיט מצה'קלעך, פארשידענע קאלער טרונקען, קאקא קאלע, און נאך.
די קידוש האט זיך אנגעהויבן ארום 11:30 און ס'האט זיך גענדיגט ארום 2:30 אפי' די זכרון משה אידן וואו איך דאווען יעדע וואך האבן געקענט קומען, געווען איז טאקע אזעלכע וואס זענען געקומען פארן דאווענען אנווינטשען מזל טוב, און אזעלכע נאכן דאווענען אין די שפעטע נאכמיטאג שעות, אזוי אויך זענען געקומען אין די שפעטע נאכמיטאג שעות אפאר יונגעלייט פון הרב מארגענשטערן'ס מנין, וואס וואו באוויסט ענדיגט מען דארט זייער שפעט צו דאווענען. עס האבן זיך אנגעזעהן אידן פון אלע סארט קרייזן, ליטווישע, ספרדישע, חסידים. בעלזא, סאטמאר (ארונים זאלונים צוגלייך) גור, קרעטשינף, צאנז, באבוב, מחנובקא, סקוורא, לעלוב, ברסלב, און נאך.
דער עולם ב"ה האט גערוקט טעלער'ס טשולענט און קוגל, און געשאשקעט פון אלעם סארט טרונקען אז ס'איז כמעט נישט געבליבן.
די וואס זענען געווען קענען געבן א בעסערע באריכט, ווייל איך האב געהאט איין דאגה. אז ס'זאל זיין אויפן טיש פון אלעם און מיט א שפע, און טאקע ב"ה יעדע פאר מינוט האט מען געדארפט לייגן פון אלעם נאך. ס'איז אויסגעגאנגען: איבער 15 באטלעך גרעיפ דזשאוס, פאטעיטע קוגל פון איבער 25 קילו, געמאכט דורך חיים זאב (ווי נתן 101 האט געשריבן) איאינעם מיט מיר דאנערשטיג א גאנצע נאכט. 8 קילו בונדלעך פארן טשולענט, 6 קילו מעהל פארן מעהל קוגל, איבער 20 באטלעך טרונקען, 5 קילו זויערע פיקל'ס, איבער 7 באטלעך וויין.
לאמיר האפן דער עיקר אז דער עולם האט הנאה געהאט און יעדער זאל האבן שפע ברכה והצלחה פון אלעם.
 |
|
|