איך האב עס ענדליך פאריגע וואך דאונלאודעד. איך קען זיך נאכנישט אינגאנצן צוגעוויינען, אבער איך בין זיכער אז איינמאל איך וועל זיין צוגעוואוינט דערצו, וועל איך אי"ה הנאה האבן.
די טעבד-בראוזינג איז גאנץ גוט, אבער איך בין נאך נישט משוגע לאותו דבר, זעהט אויך אויס אז ס'וועט נעמען צייט איך זאל איינזעהן די מעלות דערפון.
די צוויי עיקר מעלות ואס איך האלט עס איז זייער נוצליך, איז: 1) די "זאאם" פיעטשור. ביי יעדן וועבסייט אונטן שטייט אין קליינע אותיות "100%", דהיינו אז דער וועבסייט איז יעצט אויף די נארמאלע גרויסקייט. וויפיל מאל האט איר שוין געהאט וועבסייטס מיט פיצעלע אותיות וואס די אויגן זענען אייך שיער ארויסגעפאלן ביים לייענען? אדער קליינע בילדער וואס איר ווילט זעהן אביסעלע גרעסער? מער נישט קיין פראבלעם: איר דרוקט דעם עראו נעבן דעם, און שטעלט אן א גרעסערע סייז (ביז 400%), און ס'איז א מחי'! א שארטקאט: האלט אן דעם "קאנטראל" באטן און רוקט דעם מיטלסטן באטן פון מייזעלע ארויף און אראפ, צו ריקן די סייזעס מיט 10% ביי יעדע דריי. איינמאל איר פרובירט דאס, וועט איר זיך וואונדערן ווי אזוי מען האט געקענט זיין אן דעם.
2) צווייטנס; אז מען קען נארמאל ארויספרינטן א פעידזש. אין IE6, ווען איך האב געפרינט א וועב פעידזש, איז אלץ געווען אפגעהאקט ביי די זייטן. ס'איז פשוט פארוואס, ווייל א וועב פעידזש (וואס איז דעזיינט אויף די ברייט פונעם סקרין) איז גענצליך אן אנדערע סייז ווי א געווענליכער "8.5x11 פאפיר (וואס איז לענגליך). אויב האט איימיצער אמאל געפרינט פון IE6, וועט זיכער וויסן וואס איך רעד. ביי IE7, ווערן די אותיות אויטאמאטיש קלענער, כדי צו פיטן אויף איין פאפיר. אויב זענען די אותיות צו קליין, קען מען זיך ארומשפילן מיט די סעטינגס.
נאר א מודעה צו די וואס ווילן דאונלאודן: אנגעהויבן פון IE7 און ווינדאוס מידיא פלעיער 11 דאונלאודס, וועט מייקראסאפט מאכן א "וועלידעישאן טעסט" צי איר האט א לעגאלע ווערסיע פון ווינדאוס. אנדערש קענט איר נישט דאונלאודן. פילייכט וועט דאס אויך זיין ביי קומענדיגע דאונלאודס. איז אויב האט איר נישט א לעגאלע קאפי, גיט אכטונג!
 |
|
|