| נשלח ב-11/12/2006 15:28 |
|
| |
הילף: אנטי וויירוס פראגרעמס
עס שפרינגט מיר ארויף אפאר מאל א טאג, קיין איינע פון די צוויי אפציעס פירן מיר נישט אינערגעץ. וויאזוי קען מען מאכן דאס זאל זיך אויפהערן?

תוקן על ידי שם_אחר ב- 12/12/2006 16:55:38
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 20:36 |
|
| |
איך קען זייער אסאך באשרייבן פון די עקספירענס אין די לעצטע פאר טאג מיט די אנטיווירוס פראגרעמס, איך האב זייער אסאך געסורטשט דערויף. לאמיך עס מאכן קורץ און שארף:
1) צום ערשט איז רעקאמענדירט פאר יעדעם, סיי וואספארא פראגרעם מען פארמאגט, מאכן א וויירוס סקען און א קלינאפ. די שטערקסטע בעסטע אויפן מארק איז די xoftspy. זייער אסאך מאל קען די אינטערנעט גיין שטייט, און אנדערע פראבלעמען, און מען ווייסט נישט פון וואס עס קומט. דער פראגרעם קען אין דריי מינוט געבן א סקען די גאנצע קאמפיוטער און אראפנעמען די קלענסטע וויירוסעס. (אויב געפינט ער גרויסע וויירוסעס קען ער פארלאנגען צו ריסטארן די קאמפיוטער).
לתועלת הרבים האב איך עס געאפלאוד מיט א קרעק (סתם אזוי קאסט עס פערציג דאלער) http://rapidshare.com/files/7346833/XoftSpy.zip.html נאכן אינסטאלן שלעפט אריין די קרעק פייל אינעם פראגראם דעסטענאציע: C:\Program Files\XoftSpySE, דאבל קליק, דרוק פעטש...
יעצט דארף מען ראנען די פראגרעם, ווען די פראגרעם עפנט זיך זעט מען א באטן start, דרוק עס, ווארט ביז עס ענדיגט, די אלע פיילס וואס קומען ארויף זענען עפעקטיד פיילס וואס מען דארף מסלק זיין, דרוק remove, וזהו!... עס איז ראטזאם דאס צו טון ווי אפטער.
למעשה מאכט יעדע אנטיווירוס פראגרעם א סקען ווען מען אינסטאלד עס. אבער די שנעלקייט און אפעקטיווקייט פון דעם איז מוראדיג.
2) די הויפט ווערד פון א אנטיוויירוס פראגרעם איז טאקע די אפעקטיווקייט, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אינאכט נעמען אויך די נערוועזיטעט וואס עס ברענגט מיט, די באקסעלעך וואס שפרינגען ארויף (יעדע מיט אנדערע משונהדיגע תנועות), און דאס פארלאנגזאמען די קאמפיוטער, און אריינגיין צו סייטס (טיילמאל קען דאס זיין א הויפט סיבה פארן שטייטן אינטערנעט!).
יעדע פראגרעם האט זיך זיינע מעלות און חסרונות, אבער פון א בעל בתישע קוק ווינקל דאכט זיך אז דער עיקר וואס מען דארף אינאכט נעמען איז די קאמפליצירטקייט פונעם פראגרעם, און די שנעלקייט\שטייקייט.
3) מייקראסאפט ערווענט כסדר אז די ערגסטע איז צו האבן אפען צוויי אנטיוויירוס פראגרעמס אויפאמאל. צו מיין אנטוישינג פארמאגט mcafee א משוגעת אז זיי לאזן בשום אין אופן נישט אנאינסטאלן די סעקיורעטי סיסטעם. א חלק פון זייער אומבאלומפערטקייט... קענסט האקן א וואנט מיט פראבירן דורך add or remove programs...
נאך א שטיקל סורטש האב איך געפונען אז זיי האבן א פראגרעם פאר הא גופא, פארן אונאינסטאלען מעקעפי... איך האב עס גענוצט און עס האט געהאלפן.
4) איך האב אינסטאלד שוין אפאר אנדערע און דאס זענען די תוצאות:
Norton קרוכט די זעלבע אויף די געהירן - און אפשר נאך מער - ווי מעקעפי
Zone Alarm Suite איז זייער א שטרענגע פראגרעם. צ.ב.ש. לאזט ער בכלל נישט נוצן פייערפוקס (מן הסתם קען מען עס טוישן, אבער די פרעפערענס' איז אזוי, גיי זיי אים מסביר אז אויב עפעס איז אי. עקספלארער אסאך ווייניגער באשיצט ווי פייערפוקס)
kaspersky א אומבעטעמטע פראגרעם, מאכט שטייט די קאמפיוטער
NOD32 זייער גרינג צו פארשטיין נישט קאמפליצירט, די סקען אויפן קאמפיוטער וואלט זיך נאך פארצויגן ביז יעצט... און אויך מאכט עס שטייט די אינטערנעט.
געבליבן דערווייל בין איך מיט Bitdefender
עס מאכט זייער א פיינע ארבעט דערווייל, מיין קאנעקשען פליט ווי געווענליך, עס אפדעיט זיך יעדע שעה (!), און זיי פארקויפן אז מיט עפעס א פרישע טעכנעלאגיע קען עס דערשמעקן די גרעסטע וויירוסעס אויפן מארקעט. די סקען האט מיר געדויערט נישט מער ווי פופצן מינוט. דערקענט זיך בכלל נישט אויפן קאמפיוטער. ווי עס שיינט איז עס זייער גרינג צו פארשטיין, עס קומט ארויף זייער פארשטענדליכע מעסעדזשעס (נישט ווי מעקעפי),.
ועוד יש הרבה להאריך. און קען זיין אז איך בין נישט גערעכט מיט אסאך זאכן, לאמיר הערן פון אנדערע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/12/2006 22:57 |
|
| |
rapidshare איז געבלאקט ביי Jnet
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 00:14 |
|
| |
ביי מיר ארבעט נישט די קרעק פראגראם, ווייסט איינער פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 00:23 |
|
| |
אהלי כאב קיין צייט נישט, פאר דיר עלל איך עס אבער זאגן בקיצור, במחילת כבודך הרמה, די קענסט נישט אליין דעסיידען וואס עס איז "עפעקטיוו" למשל, נארטאן האט א מאלטי מיליאן קאמאנד סענטער אין ענגלאנד וכו. פון די אנדערע זייט זענען דא קליינע פירמעס מיט עטליכע פראגרעמערס וואס מאכן אויך בא'חנ'טע זאכען, כמובן איז עס נישט קיין דמיוןץ למעשה קוק וואס א מאגאזין ווי PC MAG זאגטת די לעצוע פאר יאר זענען נארטאן און דערנאך מעקעפי די בעסטע, כלויף דאווענען מנחה, להתראות. אגב, איך ברויך רעדן מיט דיר.
תוקן על ידי אנאליזירער ב- 14/12/2006 0:24:51
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 01:12 |
|
| |
אבי געזונט: וואס הייסט עס ארבעט נישט? וואו מאכט זיך די פראבלעם?
אנאל.: איך האב נישט צופיל גערעדט וועגן די עפעקטיוו זייט, איך האב בארירט די געשמאקייט און נארמאליטעט.
מאכסט א סורטש זעסטו אז אנדערע גאר קראנטע מקורות רעקאמענדירן אנדערע פראגרעמס. און קוק אביסל אויך רעוויוס פון קאסטומערס מיין איך אז דארט שטייט נישט נארטאן די העכסטע...
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 01:37 |
|
| |
וואס הייסט קראנט? ניו יארק טיימס רעקאמאנדירט אויך, איז עס אינטערעסאנט? PC MAGAZINE הייסט די שטארקסטע לעב, יעדער קען זאגן א דעת בעל הבית, אבער ווען מ'רעדט פון אפעקטיוו, וואס דאס איז די עיקר, דאף מען הערן פון די וואס פארשטייען. נארטאן און מקעפי זענען מולטי מיליאן דאלער קאמפעניס מיט מיליאנען דאלערדיגע בודזשעטן אויף R&D (ריסערטש ענד דעוועלאפמענט) אין עס מאכט טאקע אויס, ווי עס באשטעטיגן די מבינים.די צווי זענען פאר קאנסומערס, ס'איז דא אנדערע גרויסע, אבער בעיקר פאר סערווערס. פון די באוויסטע איז CA
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 03:23 |
|
| |
עס קומט ארויף די פאלגענדע באקסל:
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 06:09 |
|
| |
טייפ ביי סירטש און קאפי אריין msvcr70.dll
|
|
|
|
| נשלח ב-14/12/2006 07:10 |
|
| |
געמאכט סוירטש, אבער נישט געפונען אזא פייל
|
|
|
|
|