שם אחר,
דאס אז מען ליידט איצטער פון זיי מיינט דאך גארנישט. זיי קומען נאר צוהילף דארט ווי מען קען טיילן צרות זייערע אמעריקאנע שונאים, אבער אז סאדאם האט גארנישט געהאט צו טאן מיט די סעפטעמבער עלעווען חורבן איז קיינער נישט מחולק.
נאר וואס דען? אין יענע צייט האט מען זיך גענומען צו די ביינער פון אלע וואס שטיצן טעראר און וויבאלד דאן האט מען געמיינט אז דער איראקער דעספאט האט מאסן פארניכטונגס וואפן, און ער איז געווען זייער עקשנותדיג נישט אריינצולאזן אינספעקטארן, ובעיקר וואס בוש יר"ה האט פאר אלע געלטער געוואלט זען דעם קאפוויי אראפ, איז מען אריין אין מלחמה.
עטליכע וואכן צוריק האב איך געליינט דעם פרעסטיזשפולן טיים מאגאזין וואס האבן צוזאמגענומען עטליכע גרויסע קעפ דורכצוגיין דעם איראקער ענין.
די ערשטע שאלה איז געווען אדרעסירט צו א לויטענענט גענעראל אין די ארמיי, וואס האט ארומגערעדט איבער די פארבינדונג צווישן 9/11 און איראק. ער מאכט דאס אוועק, און איך האף ביי א שפעטערדיגע געלעגנהייט עס אהערצוברענגען.