http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=2752
אַ פאָטאָגראַפירטע חסידות
שלמה שמיר
די פאַרפלייצונג פון בילדער פון אדמורי''ם און ראשי
ישיבה אין חרדישע וואָכבלעטער איז, ליידער, אַ סימן, אַז די חסידישע
באַוועגונג האָט אוועקגעגעבן נאָך אַ שטיקל פון איר גייסטיקער
''טעריטאָריע'' צו דער מאָדערנער און אויסערלעכער וועלט.
ס'איז אַ מזל וואָס אַזוי פיל חרדישע און חסידישע וואָכנבלעטער און
צייטונגען דערשיינען היינט-צו-טאָג, סיי אין אַמעריקע, סיי אין ישראל.
ווי אַזוי דען וואָלט מען געוואוסט, אַז אדמורי''ם, ראשי ישיבות, און
אַנדערע תורה-פּערזענלעכקייטן האָבן געצונדן חנוכה-ליכט, אויב די חרדי'שע
וואָכנבלעטער וואָלטן ניט פארעפנטלעכט גאַנצע זייטן פול מיט
פאָטאָגראַפיעס, וואָס האָבן געוויזן די אדמורי''ם און ראשי ישיבות בעת'ן
צינדן חנוכה-ליכט?
אין איין פּאָפּולערן חרדישן וואָכנבלאַט וואָס דערשיינט אין ניו
יאָרק, האָב איך אָפּגעציילט אין איין אויסגאַבע, פון פאַרגאַנגענעם
פרייטיק, ניט ווייניקער פון 27 פאָטאָגראַפיעס פון רביים, חשובע רבנים און
ראשי ישיבות, בעת זיי צינדן חנוכה-ליכט. איך מוז מודה זיין, אַז די נעמען
פון עטלעכע רביים וועמענס פאָטאָגראַפיעס זיינען דערשינען אין דער
צייטונג, זיינען מיר ניט געווען באַקאַנט. איך האָב בכלל ניט געוואוסט אַז
עס זיינען פאַראַן אַזעלכע חסידישע ''הויפן''.
נו, באמת, ווי אַזוי דען וואָלט מען געוואוסט אַז דער וויזשניצער רבי
אָדער דער בעלזער רבי שליט''א האָבן געצונדן חנוכה-ליכט, אויב זיי וואָלטן
ניט פאָטאָגראַפירט געוואָרן בעת'ן צינדן חנוכה-ליכט? און ווער וואָלט
געוואוסט אַז דער משגיח פון דער ישיבה ''תורה ודעת'' האָט געגעבן חנוכה-געלט
צו אַ קינד, אויב דער מעמד וואָלט ניט פאַראייביקט געוואָרן אין אַ
פאָטאָגראַפיע, וואָס איז דערשינען אין אַ צייטונג? און ווער וואָלט
באַמערקט אַז דער חוסטער רבי אָדער אָזשעראָווער רבי האָט מקיים געווען די
מצוה פון חנוכה-ליכט, אויב עס וואָלט ניט באַריכטעט געוואָרן מיט אַ בילד
אין אַ חרדישן וואָכנבלאַט?
מילא, אויב די דערשיינונג, אָדער ווי מ'זאָגט אויף ענגליש, דער
''טרענד'', פון פאַרעפנטלעכן ''פּיקטשערס'' פון רביים וואָלט געווען
באַגרענעצט בלויז כדי צו באַווייזן אַז זיי צינדן חנוכה-ליכט, וואָלט מען
געקענט זאָגן אַז עס רעדט זיך פון אַ ''מנהג'' וואָס איז אַ טייל פון
''פּירסומא ניסא''.
אָבער די פאַרשפּרייטע דערשיינונג פון פאָטאָגראַפירן אדמורי''ם און
פאַרעפנטלעכן די פאָטאָגראַפיעס אין חרדישע און חסידישע וואָכנבלעטער איז
געוואָרן אין די לעצטע עטלעכע יאָר אַן אָנגענומענער שטייגער, וואָס
גייט-אָן אַ גאַנץ יאָר. עס ווערן כסדר פאַרעפנטלעכט פאָטאָגראַפיעס פון
אדמורי''ם און ראשי ישיבות אויף חתונות, שבע-ברכות-מסיבות, ווי אויך אויף
סתם באַגעגענישן מיט מענטשן. זייער אַ פּאָפּולערע פאָטאָגראַפיע איז, ווי
אַ רבי לייגט תפילין מיט זיינעם אַן אייניקל וואָס איז געוואָרן בר מצוה.
אין איין אויסגאַבע פון אַ וואָכבלאַט וואָס געהערט צו אַ באַרימטן
גרויסן חסידישן ''הויף'', זיינען מיט עטלעכע וואָכן צוריק דערשינען ניט
ווייניקער ווי 20 (!) פאָטאָגראַפיעס, וואָס האָבן געוויזן אויף
פאַרשידענע אופנים און געלעגנהייטן דעם רבי'ן וואָס איז דער גייסטיקער
מנהיג פון יענעם חסידישן ''הויף''. צוואַנציק בילדער פון אַ רבי'ן אין אַן
איין-און-איינציקער אויסגאַבע! איך בין אַביסל באַקאַנט מיט דער געשיכטע
פון יענעם חסידישן לאַגער, און איך קען פעסטשטעלן אָן שום ספק, אַז די
אַלגעמיינע צאָל בילדער פון די פריערדיקע רביים פון יענעם ''הויף'', וואָס
זיינען במשך צענדליקער יאָרן פאַרעפנטלעכט געוואָרן, דערגרייכט ניט אַלץ
צוזאַמען די צאָל פון צוואָנציק...
איך וויל ניט, חלילה, אָנרירן דעם כבוד פון די אדמורי''ם און ראשי
ישיבה, וועמענס פילע פאָטאָגראַפיעס דערשיינען כסדר אין די אַלע חרדישע
און חסידישע וואָכנבלעטער. אַלס איינער וואָס איז אויפגעוואָקסן מיט אמונת
חכמים, און באַזונדערס מיט ליבשאַפט און פאַרערונג צו חסידות און אירע
רביים, בין איך שטענדיק נזהר און שטאַרק אָפּגעהיטן פון אַן אויסדרוק
אָדער אַ וואָרט, וואָס קען אויסגעטייטשט ווערן אַלס אַ כי-הוא-זה פון אַ
פּחיתות הכבוד, אַ באַליידיקונג קעגן אַ רבי'ן.
אָבער דווקא צוליב מיין טיפער פאַרערונג כלפּי חסידישע ''הויפן'' און
אדמורי''ם, האָב איך אַ פּראָבלעם און אַ שוועריקייט מיט דער פאַרשפּרייטער
דערשיינונג צו פאַרעפנטלעכן פאָטאָגראַפיעס פון רביים, -- אַ דערשיינונג,
וואָס האָט לעצטנס דערגרייכט דעם פאַרנעם פון אַן אומקאָנטראָלירטער
גוזמא, וואָס לויט מיין מיינונג, איז עס אַ דערנידריקונג פונעם כבוד פון
די רביים, און אַ גוואַלדיקע פּגיעה אינעם מעמד פון חסידות אין אַלגעמיין.
מיין פאַרדרוס איבער דער פאַרפלייצונג פון די פאָטאָגראַפיעס פון
רביים, וואָס ווערן אָפּגעדרוקט אין די חרדי'שע און חסידישע וואָכנבלעטער,
איז באַזירט אויף אַ מעשה שהיה, ווי מ'זאָגט, ''בדידי הוה עובדא''.
מיט פילע יאָרן צוריק, בעת מ'האָט צוגעגרייט דעם חנוכת הבית פון דער
נייער געביידע פון דער ישיבה חידושי הרי''ם אין תל אביב, האָבן די
אָרגאַניזאַטאָרן פון דער גרויסער פייערונג מיר געבעטן צו שרייבן און
רעדאַגירן אַ באַזונדערע פייערלעכע אויפלאַגע פון אַ בראָשור, וואָס זאָל
דערציילן און איבערגעבן די געשיכטע פון דער ישיבה חידושי הרי''ם אין
תל-אביב. איך האָב דאַן צוגעגרייט צום דרוק אַ שיינעם קונטרס, אין וועלכן
איך האָב אָנגעשלאָסן דריי פאָטאָגראַפיעס: די ערשטע, פונעם בעל ''אמרי
אמת'' זצ''ל, וואָס לויט זיין באַפעל איז אויפגעשטעלט געוואָרן אין תל-אביב
די ערשטע חסידישע ישיבה, וואָס האָט אין אָנפאַנג געטראָגן דעם נאָמען
אַלס אַ ''סניף'', - דאָס הייסט, אַ ישיבה וואָס איז אַ טייל און אַן
אָפּצווייג פון דער גרויסער ישיבה ''שפת אמת'' אין ירושלים.
די צווייטע פאָטאָגראַפיע איז געווען פונעם גערער רבי'ן, בעל ''בית
ישראל'' זצ''ל, וועלכער איז אין יענער תקופה געווען ביים הויכפּונקט פון
זיין גייסטיקער הנהגה פון גערער חסידישן ''הויף''. די דריטע פאָטאָגראַפיע
וואָס איך האָב אַריינגעשטעלט אינעם קונטרס, איז געווען פון דעם ''לב
שמחה'', וועלכער איז געווען באַקאַנט אַלס הויפּט-שיצער און באַזאָרגער פון
דער ישיבה אין תל-אביב.
נאָך דעם ווי מ'האָט אָפּגעדרוקט דעם בראָשור, בין איך מיט נאָך איינעם
פון די אָרגאַניזאַטאָרן פון דער חנוכת-הבית-פייערונג, (אַ חשובער גערער
עסקן, וועלכער לעבט היינט אין תל-אביב), אַריינגעגאַנגען צום ''בית ישראל'',
און אים געוויזן דער קונטרס. דער ''בית ישראל'' האָט לאַנגזאַם און מיט
אינטערעס אַדורכגעבלעטערט דעם בראָשור. אינעם צימער איז געווען אַזוי
שטיל, אַז מ'האָט געקענט הערן דעם גערויש פון אַן ''עלה נידף'' אינדרויסן.
ווען דער ''בית ישראל'' איז צוגעקומען צו דער זייט פון די דריי
פאָטאָגראַפיעס, האָט ער אויפגעהויבן דעם קאָפּ און געוואָרפן אויף מיר אַ
בליק, וואָס האָט מיר אַדורכגעשטאָכן דורך-און-דורך, און דאַן מיר אַ פרעג
געטאָן: ''מ'האָט מיר געפרעגט?'' - ווי צו זאָגן, צי האָט עמיצער מיר
געפרעגט צי מ'זאָל אָפּדרוקן און פאַרעפנטלעכן מיינס אַ פאָטאָגראַפיע?!
ס'איז ניט געווען קיין נזיפה אָדער אַן אויפרעגונג פון דעם ''בית ישראל''
זצ''ל, - אָבער דווקא דער שטילער און געלאַסענער טאָן מיט וועלכן דער ''בית
ישראל'' האָט מיט דריי ווערטער אויסגעדריקט זיין פאַרדרוס איבערן באַנוצן
זיינס אַ פאָטאָגראַפיע אין אַ בראָשור וואָס וועט פאַרשפּרייט ווערן
צווישן דעם ציבור, האָט מיר דעמאָלס מיטאַמאָל קלאָר געמאַכט, אַז אַ
פאָטאָגראַפיע און חסידות גייען ניט, און קענען ניט גיין, צוזאַמען האַנט
אין האַנט. אַרויסגייענדיק פון צימער פונעם ''בית ישראל'', איז ביי מיר
דעמאָלס, ווי מ'זאָגט, ''אָפּגעבריט'' געוואָרן אינעם באַוואוסטזיין, אַז
אָפּצודרוקן און פאַרעפנטלעכן אַ ''פּיקטשער'' פון אַ חסידישן רבי'ן, איז
ניט פון די ''דברים של מה בכך'', - נאָר דווקא אַ יסודות'דיקער עניין, און
אַ שטאַרקער ''טעם לפּגם''. (דער סוף איז דאַן געווען, אַז מ'האָט פאַרברענט
צוואָנציק טויזנט בויגנס פון דעם בראָשור, און מ'האָט אָפּגעדרוקט אַ נייע
אויסגאַבע, - פאַרשטענדלעך, אָן דער פאָטאָגראַפיע פונעם ''בית ישראל'').
פון דאַן אָן, ווען איך זע די פילע פאָטאָגראַפיעס פון אדמורי''ם און
רבנים אין די חרדישע און חסידישע וואָכנבלעטער, הילכן-אָפּ אין מיינע
אויערן די ווערטער פונעם ''בית ישראל'' - ''מ'האָט מיר געפרעגט?''...
אמת, אויך מיט צענדליקער יאָרן צוריק, בעת חסידות און חסידישע ''הויפן''
זיינען געוואַקסן און געבליט אין מזרח-אייראָפּע, זיינען דערשינען בילדער
פון פאַרצייטישע רביים און גייסטיקע ריזן, וואָס האָבן באַלויכטן די
אידישע וועלט.
אָבער ווער עס וועט זיך מטריח זיין און עקזאַמינירט די בילדער פון די
אַמאָליקע, פאַרצייטיקע אדמורי''ם, וועט באַמערקן זייער אַ בולט'ן און
פונדאַמענטאַלן אונטערשיד. די אַמאָליקע פאָטאָגראַפיעס זיינען, אָן
אויסנאַם, פאָטאָגראַפירט געוואָרן אינעם ''רשות הרבים'', - דאָס הייסט,
פאָטאָגראַפיסטן האָבן לגמרי, אויף אַ צופעליקן אופן, ''געכאַפּט'' די רביים
בעת זיי זיינען געווען אויסער זייער הויז, אָדער בעת זיי האָבן זיך
געפונען אויף אָפּרו אין קור-ערטער, ווי, צום ביישפּיל, קאַרלסבאַד אָדער
מאַרינבאַד. פילע בילדער פון די פאַרצייטיקע רביים זיינען פאָטאָגראַפירט
געוואָרן בעת זיי האָבן שפּאַצירט אין וואַלד. עס זיינען אויך פאַראַן
פּאָרטרעטן פון אַמאָליקע רביים, וואָס האָבן זיך פאָטאָגראַפירט פאַר אַ
פּאַספּאָרט אָדער פאַר אַ רייזע-דאָקומענט.
עס זיינען אָבער ניט פאַראַן קיין בילדער פון פאַרצייטיקע רביים, וואָס
זיינען פאָטאָגראַפירט געוואָרן ''בקודש פּנימה'' - דאָס הייסט, אין זייער
היים אָדער בעת זיי פּראַווען חסידות מיט זייערע חסידים. עס זיינען אויך
ניט באַקאַנט קיין ''פּיקטשערס'' פון די אַמאָליקע רביים אין פּוילן אָדער
אין גאַליציע, וואָס באַווייזן ווי זיי זיינען מסדר קידושין אָדער צינדן
חנוכה-ליכט...
און אַזעלכע פאָטאָגראַפיעס זיינען ניט בנמצא ניט צוליב דעם וואָס אין
יענע צייטן האָבן מענטשן ניט געהאַט פאָטאָ-קאַמעראַס, ווי כמעט יעדער
איינער האָט היינט-צו-טאָג. אין יענע צייטן האָט מען ניט פאָטאָגראַפירט
אַ רבי'ן אויף אַ שמחה, אָדער בעת ער צינדט חנוכה-ליכט, ווייל בעת מען
האָט פאַרבראַכט אין דער מחיצה פון אַ רבי'ן, איז עס געווען אין אַן
אַטמאָספערע פון ''בדחילו ורחימו'', און קיינער האָט ניט אין זינען געהאַט,
און אַוודאי ניט געהאַט די חוצפּה צו טראַכטן וועגן פאָטאָגראַפירן דעם
רבי'ן, - אָדער וועגן אָפּדרוקן און פאַרעפנטלעכן אין צייטונגען בילדער
פון רביים אויף פאַרשידענע אופנים און סיטואַציעס.
מסתמא וועלן געוויסע מענטשן זאָגן, אַז איך בין מגזים, און אַז איך
פאַרוואַנדל אַן אָנגענומענע און פּאָפּולערע דערשיינונג אין אַן ''אישו''.
אָבער דווקא אַלס וועטעראַן-זשורנאַליסט האַלט איך, אַז די פארפלייצונג
פון בילדער פון אדמורי''ם און ראשי ישיבה אין חרדישע און חסידישע
וואָכבלעטער איז, ליידער, אַ סימן, אַז די חסידישע באַוועגונג האָט
אוועקגעגעבן נאָך אַ שטיקל פון איר גייסטיקער ''טעריטאָריע'' צו דער
מאָדערנער און אויסערלעכער וועלט, - אַ וועלט קעגן וועלכן די חסידישע
באַוועגונג איז באַלד לכתחילה געשאַפן געוואָרן כדי צו קעמפן קעגן זיין
השפּעה.
איך האָב געהאַט דעם גרויסן זכות צו זיין עטלעכע מאָל ביי דער הדלקה
פון חנוכה-ליכט ביים ''בית ישראל'' זצ''ל. דאָס לעצטע מאָל בין איך געקומען
פון אַמעריקע, און איך בין געשטאַנען אונטער דעם ''בית ישראל'' בעת ער האָט
געצונדן חנוכה-ליכט. דער בית המדרש איז געווען איבערגעפילט מיט הונדערטער
חסידים, וועלכע זיינען געשטאַנען ''כאיש אחד בלב אחד'' צו הערן די דברי תורה
וואָס דער רבי האָט געזאָגט נאָך דער הדלקה. ס'איז פאַר מיר שווער צו
געפינען די פּאַסיקע ווערטער צו שילדערן דעם מעמד און די אַטמאָספערע פון
הדלקת נר חנוכה ביים ''בית ישראל'' זצ''ל.
קיין פאָטאָגראַפיע פון יענעם מעמד איז ניט פאַראן. אָבער ווער עס איז
אַמאָל געווען בשעת'ן צינדן די חנוכה-ליכט אין דער מחיצה פונעם ''בית
ישראל'', וועט אין זיין לעבן, ''עד זיבולא בתרייתא'', ניט פאַרגעסן וואָס ער
האָט דאַן געזען און געשפּירט.