| נשלח ב-26/1/2007 21:55 |
|
| |
חילולי השם דעם שבת אין וויליאמסבורג
די
מתנגדי העירוב פארשמוצן אלע בתי מדרשים מיט זייערע צעטלעך וואס רופן דעם
וויליאמסבורגער ציבור ארויסצוגיין און פראוואצירן אומפראוויצירנדע ראיאטן קעגן די
אידן וואס פאלגן אויס זייערע רבנים און טראגן מיט דעם עירוב וואס שטייט שוין
עטליכע יאר אין שטאט.
עס
איז שוין ברייט באקאנט די שקרים איבער דעם אנפאל פון דעם טרויעריג בארימטן
טעראריסט וואס פייניגט שוין אידישע קינדער אין ווילי א שיינע פאר יאר, און איצט
האט ער געוויזן אז אחוץ נוצן זיין שמוציגן אומריינעם פיסק מיט די גרויליגסטע לשונות,
קען ער זיך אויך גוט אויס מיטן הייבן זיינע ידי עשו און זיך איזדיעקעווען איבער
ערליכע אידן וואס טראכטן אנדערש ווי ער.
די
פאר געמיינע שקצים פון דעם אפפאל פון די וואס מאנאפאלירן מיט די תורה לויט זייער
גיסטע, האבן גענומען דעם ווילדן אנגריף אויף דעם אומשולדיגן בחור און עס
אויסגעדרייט מיט אפענע ליגנס און ווילן דערמיט ארויסרופן דעם עולם גולם וואס
צווישן אזא גרויסן שטאט מאכט זיך גענוג אומוויסנדע נאאיווע מענטשן וואס גלייבן אין
אלע פאשקעווילן וואס די חברה פארשפרייטן. ס'טייטש, עס ווערט דאך געהאנגען אין בתי
מדרשים, מוז זיין אז אלעס וואס ווערט דארט געשריבן איז תורת אמת. און אז דארט
שטייט בפירוש אז ער איז גאר דער וואס האט באקומען שלעק, קען דאך נישט אנדערש זיין.
און עס ווערט פארלאנגט אז מען זאל ארויסקומען מוחה זיין אויף די עירוב טראגערס.
עס
איז צום האפן אז עס וועט נישט פארקומען קיין ערנסטע איבערקערענישן און עס זאלן זיך
נישט דרייען קיין גוים וואס זאלן צוזען די מיאוסע פאראדעס, און זיך וואונדערן וואס
עס גייט פאר מיט דעם חסידישן וויליאמסבורג.***************>*--
D(["mb"," \n\n",0]
);
D(["ce"]);
//*>
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 22:25 |
|
| |
איך האב שוין געהערט די אלע מעשיות אויף אים אפאר מאל.
אבער למעשה בין איך געווען א שבת אין ווילי אין איך האב איך אים געזען שרייען אין ער איז זייער זיס, איך האב אים געפרעגט עפעס האט ער מיר נישט גענטפערט, ער האט קיינעם נישט צוגערירט נאר געשריגען מיט מעשוגענע קולות, אין דער עולם ארום האט זיך געהאלטען ביי די זייטען.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/1/2007 23:08 |
|
| |
ר' דיפלאמאט, בארואיגט'ס אייך!
פון דער גאנצער דעמאגאגיע זייערע, פון זייערע אן נעמען זיך פאר דעם טונקעלען מנוב/רוצח איז גאר ארויס א גרויסער תועלת. די אלע עמך יודען וועמען די זארגסטעך אז זיי ווערען נשפע פון צעטאלעך, נישט דאס מאל.
די ביהמ"ד ווי איך האב היינט צופרי געדאווענט איז געווען באהאנגען מיט די פאשקעווילען. איך האב אביסל צוגעלייגט אויערען צו די שמועסען, האב איך איינגעזעהן אז דער עולם נישט נאר קויפט נישט די בלאפעריי זייערע איבער דער לעצטער פאסירונג, נאר מען זעהט צו ביסלעך איין אז די אלע באמבאסטישע קלעימס פון די אנטי עירוב כעוורע במשך די לעצטער דריי יאר, איז אלץ געווען פוסטע שטותים - - -
- אנפאנגענדיג מיט מ"ר דער שטאטס שיכור אום געלונגענעם בלוט בלבול, און אזוי ווייטער די אלע פרעכער שקרים וואס די שונאי ישראל פיטערען דעם עולם די לעצטע דריי יאר, סיי די שרעקליכער טעראר פון די עירוב טראגערס, סיי די איידילקייט פון די "פרידלכער מוחים".
די באשעפער זאל העלפען אז זיי זאלען האבען א גרויס הצלחה, מיט א מיטטיילונג פון א גרויסען עולם. עס זאל קיינער נישט קומען צו גיין זאגען אז דער צעיושעטער רוצח, וואס לויפט נאך פרויען אן קיין שום בושה אן חס זיין אויף דעם מושג פון צניעות, גורם זיין צענדליגער הסתכלות מיט איין שאס, שרייענדיג מיט יאמרעלעכער קולות די גרעסטער שטותים והבלים וואס יעדער האלט זיך בגדר נארמאל שטייט אוועק פון אים כמטחוי קשת, ולעל כולם א בלוט דארשטיגען רוצח וואס האט מיט'ן גאנצען כח זיינע געשפרינגען אויף'ן קאפ פון א יודיש קינד - זאל קיינער נישט קומען צו זאגען אז ער פארטרעט זיי נישט -
אדרבא זאל יעדער זעהן אז דער רוצח/מנובל איז נישט נאר זייער'ס א מענטש, נאר איז גאר דעם לוחם ראשי פון זייערע מלחמות און איז ביי זיי גאר א העלד! זאל יעדער זעהן אז דאס וואס דער מנובל טוט איז ביי זיי דאס געוואונטשענע! זאל יעדער זעהן צו וואסערע תכלית מען איז מחנך ביי זיי אין די בתי חינוך וישיבות! זאל יעדער זעהן וואס עס פארלאנגט זיך צו זיין ביי זיי נערץ!
תוקן על ידי gezoogt ב- 26/01/2007 23:15:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 03:45 |
|
| |
געזאגט יקירי. כל דבריך אמת צדק. .
אין לך משפחה שיש בה מוכס(רשע) שאין כולם מוכסין (רשעים)(שבועות לט) די אלע וואס זענען מחפה אויף דעם משוגענעם רשע מנוול. די וועלען זיך טיילן חלק כחלק מיט עהם. יכול יהא כולם בכרת ח"ו ת"ל אותו . וכולם ח"ו ביסורין.(ויקרא כ פסוק ה)
אז מען לאזט צו און מען שטיצט אזא מנוול פאר א שליח ציבור אויסצושרייען בשליחותם . אויף פרויען צו דערצערענען דעם רבונו של עולם . א_לקיהם של אלו שומא זימה(סנהדרין קה). . שליח ציבור שטעה (וואס פארפירט דעם גאנצען עול) סימן רע לשולחיו.(ברכות לד)
אז מען לאזט אויפהענגען צעטלען אין ביהמ"ד ואין פוצה פה ומצפצף. און מען לאזט בחורים צוקוקען אזא מין ניוול אז איינער שרייט נאך פרויען. און ער איז נאך חובר חבר (וואס איז במיתה) כאילו וויא עהם גייט אהן צניעות הנשים.
דעמאלס זעהט יעדער נארמאלער טאטע קלאר ווער זענען די פינסטערע טעראריסטן.
מען וועט נישט קענען אין פאר יאר ארום זיך אפשאקלען און פארקויפן תורת לאקשען . ארופיווארפן דאס שולד פון טעראריזם אויף צווייטן.
א חשובער רב האט געזאגט דעם שבת. אז פונקט אזוי וויא מען זעהט אין מירון אז דרויסן שטייען א פאר צודרייטע מענטשען וואס רופן זיך בכלומערשט ברסלב . און טאנצען א גאנצען טאג וויא משוגעים. און אזוי וויא מען פלעגט אויסלערנען די קינדער אז ווען די ליובאוויטשע פלעגען דורכגיין יו"ט די גאסען זינגעדיג . האט מען געזאגט פאר די קינדער "קוקטס אהן די משוגעים" אזוי דארף מען יעדער ביי זיך אין שטוב אנקוקען "די שרייערס" פאר סתם משוגעים צורודערטע מענטשען.
עפ"י הלכה קען א מענטש זיין שוטה לדבר אחד און ער האט די הלכה פון א עכטען שוטה.
פונקט וויא הלן בביה"ק ומקרע כסותו (עיין חגיגה ג ע"ב אי דוקא עביד כולהו) . דאס נאכצושרייען מענטשען אויף די גאס דאס איז . א משוגעת וויא אלע משוגעתן... אמאליגע צייטן האט יעדער איינער גלייך געוויסט דעם חילוק פון נארמאלשאפט מיט משוגעתן. היינט ליידער איז דא א בלבול המוחות . אפילו ביי גויים להבדיל. אז מען קען זאגען אויף עכטע משוגעתן אז דאס איז נארמאל.
אבער סוף כל סוף דער וואס זאגט אויף משוגעתן אז דאס איז נארמאל . דער איז אויך משוגע וד"ל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 05:29 |
|
| |
שיע,
עס פעלן ליידער נישט קיינע מטורפים אין ווילי. ברוך ה' אז אויך מיט דעם איז דער שטאט געבענטשט. אבער איך שטעל זיך פאר אז ווען דו האסט צוגעזען דעם שוטה איז עס געווען אינמיטן איינע פון זיינע דרשות און איז דאן נישט געווען פארנומען מיט נאכלויפן א יונג ווייבל וואס גייט עסן צו אירע עלטערן און טראגט דעם וועגעלע רואיגערהייט, ביז דער כלב שוטה מיט זיינע צוהיצטע בנים שפרינגען ארויס פון איינע פון זייערע לעכער און הייבן איר אן נאכלויפן מיט באנומענע קולות וואס אין אזא פאל איז עס שוין גארנישט קיין געלעכטער, און קען אפקאסטן שווערע געלטער פאר די משפחה פאר טעראפי נאכן דורכגיין אזעלכע בזיונות, ווי איך ווייס פון אזא פאל, וואס איז זיכער נישט דער איינציגסטער.
(גוט) געזאגט,
איבער זייערע צעטלעך און פאשקעווילן האב איך געקלערט צו עפענען א באזונדערע אשכול, אבער עס פעלט נישט אויס צו באהאנדלען אזעלכע פאפירן וואס קינדער אין חדר קענען מאכן א פיל בעסערער ארבעט. מיין איינציגער פראבלעם דערמיט איז וואס זייער אפט זע איך דארט אז דער אדער יענער נגיד האט מנדב געווען לע"נ אדער אויף א שמחה דעם פלוג בלעטל. און דאס איז שוין א ווייטאג. ווי נאריש מענטשן קענען זיין, און ווי נידריג מען קען זיך אראפלאזן.
פאריגע וואך איז שוין זייער משמרת חומותינו (אדער ווי איין שרייבער דא האט זיך גוט אויסגעדרוקט: משמרת חלומותינו, וואס דער צעטל ברויך אנצודייטן זייער פארלוירענער קאמף און זייער אויסגעבלאזענער חלום אנצוהאלטן זייער מאנאפאל איבער דער תורה) וואס קומט ארויס יעדע עטליכע וואכן איינגעשרינקען אין א פארקלענערטער סייז, אבער די וואך לכבוד די באנייטע מחאות האבן זיי גאר צוגעשטעלט נאך בלעטלעך.
איך וועל נעמען א מעשה וואס זיי שרייבן די וואך איבער דעם גאו"צ ר' מאיר שמחה מדווינסק זצ"ל, וואס איז אמאל געגאנגען אויף א געוויסע גאס און געזען א איד וואס האט פאררייכערט א ציגאר אום שבת, איז ער צאמגעפאלן פון גרויס צער. א צווייט מאל ווען ער האב געברויכט אריבערגיין דעם פלאץ האט דער גאון געמאכט אן אומוועג, כדי חלילה נישט צוצוקומען נאכאמאל זען א איד מחלל שבת זיין.
איך וואלט פון דעם סיפור ארויסגעלערנט נישט צו גיין אין די גאס זוכן טרעגער וואס באנוצן זיך מיטן עירוב. זיי לערנען ארויס אז פונקט פארקערט. מען דארף זיי גיין אויפזוכן...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 05:49 |
|
| |
איך זעה נישט זייערע פוסטע צעטלעך. מיט זייערע לגיונות . אפשר קען עס מיר איינער שיקען באישי. ווייל עס איז נישט גלייך ארויף צו שטעלען עס דא אויפן פורום צו געבען פירסום . פאר זייערע שייגעץ שטיקן צעטלעך. וואס איז מבזה די תורה און די מצות עירובין
עס איז נאך דא אלטע צעטלען פון די צייטן פון די צדוקים וקראים פון זמן פון רבינו סעדיה גאון . וואס זיי האבען ארום פארפירט. אז די ערליכע יודען עסן טשאלענט(ווארעמס) שב"ק און זענען עובר אויף די תורה "לא תבערו אש בכל מושבותיכם ביום השבת" ) . די אמאליגע צדוקים האבען מרעיש עולמות געווען אז זיי זענען די ערליכע יודען און אונזערע מקבלי התורה רבינו סעדיה גאון און די אנדערע גאונים זיי זענען מחללי שבת רח"ל. יארן שפעטער שרייבט דער הייליגער אוהח"ק אויף זיי . יאבדו הם וכל אשר להם וירדו חיים שאולה. די אלע מענטשען וואס האבען מפיץ געווען דעמאלס זייערע צעטלעך. נשרפו ל"ע בשאול תחתי' רח"ל. כי נאצו האנשים האלה את השם . את לרבות ת"ח. זיי האבען מבזה געווען די מצוות מדברי סופרים . צו עסן ווארעמס. און צו מאכען א עירוב.
ווייל זיי האבען געשריגען אז זיי זענען די אמתע שומרי שבת און זיי נעמען זיך אהן פארן שבת.
אבער יענע צדוקים למיניהם האבען נישט דערוואגט ח"ו נאכצושרייען פרויען רח"ל אזוי וויא די היינטיגע צדוקים למיניהם.
אין די סאטמארע ישיבות אמאליגע צייטן פלעגט מען ביי די מאכל טשאלענט זינגען "וכל המינים כרגע יאבדו" מהאי טעמא. ווייל אונדז עסן מיר דאס להוציא מלבן של צדוקין.. דאס זעלבע די וואס טראגען שבת מיט דעם הייליגען עירוב. זענען מקיים חוץ די מצוה פון עונג שבת. אויך דעם "להוציא מלבן של צדוקים"
והשי"ת יצילנו מהם ומהמונם . אזוי וויא מיר האבען ב"ה איבערגעלעבט די אמאליגע צדוקים ונצח ישראל לא ישקר . כלל ישראל האמיתי איז א נצחי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 05:50 |
|
| |
מוצאי שבת קודש לסדר לא יחרץ כלב לשונו.
אונזער נייער שרייבער שויתי ווייסט נישט פונעם מנהג נישט צודרייט צו מאכן די ליינער און עפענען צוויי אשכולות איבער דער זעלבער טעמע, שרייבט אין זיין אשכול איבער די געוואלדיגע הצלחה וואס די כאפטע שוטים האבן געהאט דעם שבת.
כדי מען זאל אים נישט קענען באשולדיגן אין שרייבן ליגן, באווארנט ער זיך גראד ביים אנהייב אז ער האט זיך 'ליידער' נישט געקענט באטייליגן אבער וויל מיטטיילן דעם עולם מיט אן ערשטהאנטיגן באריכט...
איך בין גראדע יא געווען די וואך. און כאטש איך בין מקפיד נישט צו געבן שטיצע פאר אידן וואס ווילן אויסרייסן דברי חז"ל בין איך געווען אין געגנט צוליב א שמחה, און פונדערווייטנס בין איך געווען עטליכע מינוט ווען דער איד איז ארויסגעקומען פון ביהמ"ד דלאנדסבורג, און האט זיך געשטעלט רעדן זיין וועכנטליכער דרשה.
געווען זענען דארט אונטער א הונדערט בחורים. אידן מיט שטריימלעך איז זייער שווער געווען צו טרעפן, אזש איך האב זיך געשעמט דארט צו זיין, און אפגעטראגן ווי אמשנעלסטן. עס זענען זיכער צוגעקומען נאך אידן שפעטער, אבער עס זעט אויס אז אויך אין זיינע רייען האט ער שוין היבש אויסגעוועפט. והראי' אז אפי' אונזער שויתי האט זיך נישט באטייליגט אין א צייט וואס ער דארף דא פארטרעטן זייער צד.
די גאסן וואס איך בין דורך איז ברוך ה' געווען פארהעלטניסמעסיג רואיג און מען האט כמעט נישט געהערט די ווילדע געשרייען, טראץ וואס עס האט מיר אויסגעזען אז עס איז דא מער טרעגער ווי געווענליך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 13:51 |
|
| |
שויתי שרייבט:
הערליכער מעמד קידוש ה' דעם שב"ק אין וויליאמסבורג
א זעלטענע און הערליכע מעמד קידוש ה' וכבוד השבת איז פארגעקומען היינט בעצם יום השבת אין די גאסען פון "ירושלים דאמעריקא", עיר התורה והחסידות וויליאמסבורג
ליידער האב איך דעס מאל זיך נישט געקענט באטייליגען, אבער כהאב באקומען א ערשטע האנטיגע ריפארט, און כוועל עס דא מיטטילען:
סהבאען זיך פארזאמעלט פילע הינדרעטער יודען זקנים ונערים, תלמידי חכמים עובד ה', מיט ערענסטע בעלי בתים, צוזאמען מיט בני תורה און בחורי חמד פון מערערע ישיבות הקדושות, און ארויס אין א פרידליכער "מעמד השבת", ווי מהאט במשך פון נאנט צו א שעה ארומשפאצירט אויף די גאסען פון שטאט אין א זעלטענע סדר, מיט שירה וזמרה, זינגענדיג ווארעמע און לעבעדיגע ניגונים לכבוד השבת
און אפילו אין אפאר פעלען האבן ליידיגע יונגען געטרייט צו פראוואצירען און אויסגעטוהן די שטריימלעך אדער הוטען, אדער אויפגעהויבען הענטשקעס און דעיסגלייכען, האבן זיך די איידעלע עולם נישט געמאכט צו טוהן דערפון, נאר געלאזט אנן בדידן ואינהו בדידהו, אויב זיי האבען פאר זיך א פינסטערען ציל, און זענען גרייט צו מאכען חוזק פון דעם הייליגען שבת צו גרייכען זייערע ציהל, אויף דעם זאגט שוין דער פסוק ופושעים יכשלו בם
א גרויסער עולם וואס איז געווען ביזי מיט שמחות, האבען כאטש געטרייט אריינצוכאפען מיטגיין כאטשיג איין אדער צוויי בלאקס, אדער סתם אדורכגעגאנגען און געווינטשען פון ווייטענס מיט חיזוק און א גוט ווארט
ביים ענדע פון דעי מעמד, האט הרה"ח ר י.ו. גרינבוים שליטא געהאלטען א קורצע רעדע פאר די פאליס אין ענגליש, ווי ער האט זיי באדאנקט פאר זייער שמירה (ווען נישט די פאליס וואלט דאך שוין ליידער געווען סאך מער שפיכות דמים פון די וואס ווילען אונטערדרוקען די פרידליכע מוחים, נאך איין מזל פון פאליס האבען זיי אויך מורא)
די אלע יודען זענעם אוועקגעגאנגען שטארק מחוזק, און מיט א פרישע החלטה צו אנהאלטען ווייטער מסורת אבות אויפן אלטען אויסגעטרעטענע וועג, און זיך נישט לאזען אונטערברעכען נישט פון טעראר און נישט פון שלעק
ביז אהער די ריפארט.
איך האב נישט וואס צו צוגעיבען, איך געהערט ענדליכע ריפארטס פון אפאר מענטשען, דעיס האב איך יעצט פריש גענומען, און אין קורצע ווערטער ארויס אלעס
א גוטע וואך
וויכטיג צו צולייגען, אז דא האבען זיך אויך באטייליקט אזוינע וואס זענען געווענטליך נישט מוחה, און זאגען נישט און שרייען נישט דעם "מיאוסן ווארט" שבת...
נאר פשוט ארויסציווייזען זייער שטיצעס פאר דעי וואס טוען עס יא
----------
עבדעברי43 שרייבט:
הלוואי פאר יעדע וואך אזוי. "אנן בדידן ואינהו בדידהו" (ברכות ח) דאס איז דאך ממש די הייליגע ווערטער פון חז"ל "מלאך רע עונה אמן בעל כרחו"(שבת קי"ט) אז כך הוא דרכה של תורה(אבות פ"ו) . אע"פ שאלו מטמאין ואלו מטהרין (יבמות יג) . כולם מרועה אחד ניתנו.(חגיגה ג) . דער זאל עוסק זיין בשירות ותשבחות . און דער אנדערער יוד זאל עוסק זיין בעונג שבת עפ"י חז"ל הקדושים. יה"ר שיהא לשבת הבאה כן.(שבת קיט) . עס איז זייער שיין צו הערן וויא יודען גייען אויף די גאס און זינגען זמירות שירות ותשבחות לכבוד שבת קודש.
איך געדענק ווען די ליובאוויטשע פלעגען דורכגיין די וויליאמסבורגע( ירושלים דאמעריקא) (שויתי) גאסן יו"ט זינגען זמירות שירות . האט מען אונדז יונגלעך אויסגעלערנט אז דאס איז משוגעים ומטורפים.. איך האב גלייך געטראכט . אז עס נישט אזוי נאר אדרבה יודען גייען אין די גאסען זינגען שירות
----------
שויתי שרייבט:
אינטרעסאנט אז עבד - וואס ווי סקוקט אויס איז א טרעגער - זאל זיין אזוי רואיג וועגען דעם פרידליכען מעמד, בשעת מעשה ביי די מעמד זענען אדורעך אסאך פון די לינקע חברה און אויפגעהויבען חפצים זיך צו רייצען, און זיך נישט איינגעהאלטען פון שרייען חוזק ווערטער
אינטרעסאנט... א שאד נישט יעדער איז אזוי ארענטלךיך און "נייס" ווי עבד ..
און אפשר גאר אז מקען זיין אזוי נייס, אפשר זאך זיך טאקע אויפהערען די גערייצאכץ וואך איין וואך אויס, ווי קליינע בעיביס טוען די טרעגערס זיך נאריש מאכען מיט טראגען ליידעגע זעקלעך, און איין טלית בייטל אין הענט ווען מהאט נאך אן א אנדערען טלית אויף זיך, אין די צייט וואס מטוט עס ווייל מווייס אז דא טוט מען מיט דעים וויי מענטשען וואס ביי זיי איז עס חילול שבת?
נאך איין זאך איז געווען רואיגער אין די גאסען, ווייל אין בחור וואס האט זייער ליב געהאט צו גיין אין די גאס זיך רייצען, און דערנאך באפאלען און שלאגען די פרידליכע מוחים, איז נעלם געווארען פון וויליאמסבורג
אזוי ווי זיין מסירה וואס דער שבת שמות שלעגער האט אריינגעגעבען צו די פאליס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פול מיט קשיות, איז ער זונטאג וארא אפגעפיצט פון שטאט, און די פרידליכע שומרי שבת האבען אביסעל מנוחה, ווייסענדיגע אז זיי זענען נישט אין געפאר פאר אומזיסטיגע ברוטאלע קלעפ פון יענעם בחור
----------
עבדעברי43 שרייבט:
איך האב דיר שוין געזאגט א פאר מאל אז דו קענסט נישט פארשטיין א צווייטן. דאס איז א מין פסיאכטעריש פראבלעם ל"ע.
רוב שטאט באשטייט פון ארענטליכע ערליכע יודען. עס איז דא ערליכע יודען וואס טראגען נארמאל און פארלאזען זיך אויפן עירוב הכשר. און די זעלבע איז דא יודען וואס טראגען נישט מחמת סיי וועלכען טעם . עס איז נישט קיין שום נפקא מינה. האסט דאך אליין געזאגט אנן בדידן ואינהו בדידהו.
דאס זעלבע איז דא א מיעוט משוגעים אדער רשעים וואס זענען ליידער מזרע עמלק. וואס דער דב"ח רופט זיי אהן מיט דעם לשון אין זיין הייליגען ספר אלע וואס זענען מצער יודען מיט קנאות און צדקות לשם שמים(בכלומערשט) און האבען הנאה צו צאפן יודיש בלוט.
און אויך איז דא ליידער מצד השני . מענטשען וואס לאזן זיך נישט שפייען אין די קאשע. און רייצען זיך צוריק. אע"פ שאינו כדאי וד"ל.
אבער דאס מאכט נישט די רוצחים אויס מזרע עמלק. וווייל די ווערטער פונעם הייליגען דברי חיים גייט אריין אין די בחינה פון זאת התורה לא תהא מוחלפת.
פון די רשעים און רוצחים וועלען מיר ממילא נישט פטור ווערען. ביז עס וועט קומען די צייט פון "וברותי מכם הפושעים והמורדים בי" היינט איז דאס דער עירוב. מארגען איז דאס סתם רשעות טשעק גניבות יודיש אפגעפלאגט האב און גוטס. איבערמארגען איז דאס זאכען וואס האט צוטאן מיט קדושה וואס השתיקה יפה וד"ל.. פטור ווערן פון די קליפות וועט אי"ה זיין ווען עס זיין ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ והיה השי"ת למלך על כל הארץ בקרוב בימינו אמן
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 18:52 |
|
| |
א] רוב שטאט באשטייט פון ערליכע יודען
פיין געזאגט, מזעיט טאקען אין שטאט וויפיל מענטשען טראגען שבת, קוקט אויס אז דו פארשטייסט אויכעט אז די מיעוט שבמיעוט וואס האט פארדארבענע אינטרעסען, און קיין בין אדם למקום און קיין בין אדם לחבירו איז נישט דא ביי זיי, דעי חברה טראגען, יעדער מיט זיינע פריוואטע אלטע חשבונות, צו אויסרייסען יעדע סארט רוחניתדיגע געפילען דא אין שטאט, צו וויי טוהן און נעמען אלטע נקמות דורעך דעי פעולות, און וויבאלד קיין בין אדם לחבירו או אדם למקום איז נישדא זענען זיי גרייט צו בעולהנען אנדערע מענטשען מיט אנדערע זאכען, היינט איז עס מיט רייצען, אויפהייבען "מילעך קעסטלעך", טראגען אלטע צייטונגען אין א שאפינג בעג, רייסען קול קוראס "וואס זאגט א מיינונג, די דעת תורה וואס רבנים וגדולי ישראל האלטען וועגען טראגען דא אין שטאט, און מארגען (בעסער געזאגט נעכטען) גייט עס צו מסירה ומלשינות, און אנרייסען די ביינער און רייסען בערד פאר די פרידליכע מוחים וואס רירען נישט אן קיין פליג אויף די וואנט, זיי זענען מוחה מיט דעם קול קול יעקב לויט די פסק "פון זייער רב" (כלשון עבד עברי)
אזוי פארשטיי איך פון דיינע ווערטער
שוין דעיס צווייטע מאל וואס דו רירסט אן אזעלעכע הייקעלע ווערטער, ווי "קדושה ענינים" אדער דברים שהשתיקה יפה... און ווען מלייגט נאך צו צום סוף דעי דריי שרעקעדיגע אותיות וד"ל...
דעיס ווייזט צוויי זאכען, איינס אין וואס דיין קאפ ליגט, אז דו האסט שוין נישט דא קיין נארמאלע זאכען צו אםפענפערען, זאגט מען "קדושה, צניעות, שששש"...
און דעיס ברענגט אויך ארויס די רשעותדיגע און טרויעריג באוויסטע מהלך וואס די אנשי רשע וואס ווילען עוקר זיין כל דבר שבקדושה פאר זייערע ענגע נקמה געפילען, און קענען זיך נוקם זיין אין "רבי יואליש" כלשונם (וואס דער רבי יואליש האט פאקטיש אהערגעשטעלט עכ"פ א גרויסען חלק פון יודישקייט אין אמעריקא), און צו קענען ווייזען ווער איז דא בעה"ב אין שטאט, זענען זיי גרייט צו מאכען דעם שבת פאר זייער כפרה הינדעל, און גיין מיט פעטש, רציחה, מסירה, בזיון תלמידי חכמים, ניבול פה וואס זיי שרייען אויף די חשובע מוחים, און דא אין פארק וועט מען איבערחזרן די מהלך זייערע, יענער שרייער, בעסער נישט צו רעדען וועיגען קדושה...
דא זעט מען ווי ענקער קאפ ליגט אין טינופת! און דעיס הערט מען פון ענק יעדען שבת אויף די גאסען, בשעת די מוחים קוקען אראפ מיט שמירת עינים און געבען אפ די מחאה מיט אפגעהיטענקייט, אויסרופענדיג מיט די הייליגע ווערטער "שבת" וואס דעיס איז שמא דקוב"ה, וואס זעיט אויס די הייליגע ווערטער שטעכען ענקערע פארטעמפטע הרגשים, וועלען ענק אלעמאל צוריקשרייען כל מיני ניבול פה
און יעצט דא אין היידפארק הייבסטו אויך אן מיט דעים חוזק ענפער ווען דו האסט שוין נישט בעסערס וואס צו ענפערען, דעיס ווייזט אויף דעים חוזק אינאיינוועיגס מיט די נידעריגע דרגות אין "קדושה" ווי דו האלטסט נעבעך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 19:23 |
|
| |
און פאר דיין אינפארמעישען, דער ת"ח עצום הרב י.וו. ג. שליטא וואס איז פון די הויפט מוחים פארן כבוד פון שבת קודש, איז א יוד וואס ביי אעים איז דא תורה עבודה און גמילות חסדים, חוץ פון דעים וואס ער האט זוכה געווען ב"ה צו תורה וגדולה במקום אחד
ער זיצט שוין פון די דרייצען יאר על התורה ועל העבודה ביז אין די טיפער נאכט אריין, זיין ווארעמע דאווענען איז א סעמפעל וויאזוי א יוד דארף צו דאווענען, און זיין גמח וואס איז פון די גרעסטע אין שטאט בכמות ובאיכות איז א שם דבר פון חסד, און די גוטמוטיקקייט וואס דעי חסד ווערט געטוהן
חוץ פון דעים ספאנסערט ער א קונטרס וואס קומט אן אויף די פאסט מעורר זיין וועגען צניעותדיגע מלבושים ביי די נשים צדקניות, און דעי קונטרס מאכט טאקע א גרויסען רושם אויף די בית יעקב אלו הנשים, און סדערקענט זיך א שטארקער התעוררות אויף מלבושי צניעות
און דער עבד רעיגט זיך שרעקליך אין איין תגובה אויף דעים גרינבוים פאר ארויסגעיבען אזא קונטרס, זעיט אויס אז דעים עבד שטערט אז צניעות ווערט דערהויבען....
אונז ווינטשען עים, אז ער זאל נאר זעין נחת אלע יארען, און דער אייבירשטער זאל עים באצאלען כפלי כפלים אויף די אלע גוטע זאכען וואס ער טוט, און ער זאל נישט אונטערברעכען פון די רשעי ישראל עירב רב וואס טרונקען זיין בלוט
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 21:03 |
|
| |
שיוותי
איך האב א פראגע אין די נושא וואס באדערט מיר שוין לאנג , איך דארף א תירוץ
עס קיקט אויס אז די ביסט בתוך הדברים, { אפשר ביסטי גאר א טרול?} קען זיין אז די וועסט מיר קענענן עפענטפערן דערויף, אין אויב די ווייסט נישט א תירוץ פרעג דיך נאך ביי די ראשי המערכה, אין קים צוריק מיט א תירוץ
1} די תורה באשטיי פין תרי"ג מצוות דאוריתה'ס, פין די אלע תרי"ג מצוות איז דא די דריי הארבסטע עבירות, גילו עריות, שפיכת דמים, עבודה זרה, די דריי זענענן ביהרוג ועל יעבור
שבת איז אויך פין די תרי"ג מצוות, מען האט עס נאך באקימען פאר מתן תורה, וועגן דעם איז עס אזוי חביב, אבער עס איז נישט פין די דריי הארבסטע, אז עס זאל זיין ביהרוג ועל יעבור
מיין קשיא איז, פארוואס האט פינקט די מצווה פין עירובין אין ווילי, וואס כמעט לויט יעדעם איינעם, איז עס נאר א איסור דרבנן, ווייל עס איז נישט קיין רשות הרבים דאוריתה, פארוואס איז פינקט דאס אריין אין די קאטעגריע אז עס איז א ענין פין מחאה, מחלוקות, אין עס איז דא חיוב דערויף זיך צי שלאען דערויף וועכענטליך,
אין ווילי איז ליידער דא אסאך איסרים וואס מענטשן זענענן ליידער עובר בשאט נפש טעגליך ברבים, איסורם דאוריתה'ס, וואלסטע דען פארשטאנען אז מען זאל אנהייבען מאכען טעגליך מחאות קעגן יענע אידן??? אויב נישט, פארוואס עירוב יא??!! עס איז דאך נישט קיין גרעסער איסור!! קען מען דען קלויבן דאס וויל איך יא, אין דאס נישט,??!!
איך וועל דיר געבן א עטליכע משלים וועסטע בעסער פארשטיין מיין קשיא
א} גיין מיט א אפענע שייטל וואס זעט אויס ווי האר, איז לויט שיטת דברי חיים א איסור דאוריתה, סאטמער האט אנגענימען דעם דברי חיים, אלץ זייער מכריע אין יעדן אופן
היתכן אז די משלחים וואס שיקען מוחה זיים קעגן עירוב, פארוואס שיקען זיי נישט מוחה זיין טעגליך קעגן אפאנע שייטלען??? עס איז א גרעסערע איסור!! אין סאטמער איז דא שיינע אידן וואס זייערע ווייבער אין קינדער גייען אנגטיען בניגוד דת תורתינו, יא!! זיי גייען אין גאס אויך אזוי!! פארוואס אויף עירוב איז מען יא מוחה אין אויף דעם נישט?? אלמלא ווען מען שרייט ווען נישט אויף פרויען בנוגע עירוב,, החרשתי, אבער יעצט אז מען שרייט אין מען לויפט נאך פרויען, איז מיין קשיא מוראדיג שטארק, מען זאל אנהייבען מאכען פראטעסטען קעגן דיפרויען, אין מענער פין סאטמער וואס זייערע ווייבער גייען שלא בצניעות אין פאר'מיעס'ן וומסב"ג ??!!!!!!!!!!! זייערע קינדער זאלן נישט מעגן גייען אין די מוסדות, זיי זאלן נישט מעגן עולה אין ביהמ"ד , נישט מעגן מאכען קיין שמחות אין די סאטמערע זאלן, בקיצור זיי זאלן באקימען די גאנצע פעקעדש וואס די עירוב טראגער באקימען,
ב} אין ווילי ברענט שוין א פייער פין מחלוקות פאר די לעצטע ניין צען יאר בערך, איך וועל נישט אריינגיין אין די נושא "ווער" עס איז גערעכט
אבער וועסט מודה זיין אז עס איז א חילול השם איום ונורא, וועסט מודה זיין אז זיצען אין קארט איז א מייקר שם אלולים אויפן הארבסטען פארנעם וואס עס איז שייך, וועסטע מודה זיין אז גיין רעדן צי די פרעסע איז א חילול השם איום ונורא,
איז מיין קשיא מאי אולמא האי מהאי, פארוואס די משלחים וואס שיקען זייערע חסידים מוחה זיין אויף עירוב, פארוואס מעגן זיי עובר זיין אויף איסורי דאוריתה, אין אנדער טארן נישט?? ווי אזוי וואלסטע פארשטאנען, ווען אלע עירוב טראגער נעמען זיך ציזאם, אין הייבען אן מוחה זיין קעגן די וואס מאכען א חילול השם??, וואלט דיר עס געשמעקט?? משל דיר אויס אז די עירוב מאכער וועלן מאכען א פראטעסט קעגן ראדני ביהמ"ד, אדער קעגן די אנדערע בתי מדרשים, פין סאטמער, אדער קעגן די גרויסע הויז אויף בעדפארד עוו, אלמלא ווען זיי מאכען ווען אזא פראטעסט וואלסטע ווען געשוימט פאר כעס,
אבער, די פראטעסט וואלט געווען אסאך מער אמת אין וויכטיגער ווי א פראטעסט קעגן עירוב!!!!!!!!
דאס זענענן נאר צוויי משלים, אבער עס איז דא נאך צענדליגער דוגמאות ווי מענטשן פאלן דארעך טאג טעגליך בסתר ובגלוי, אין ענקער ראשים זעען עס, אין שטיצען יענע מענטשן, מיין פראגע איז פארוואס????????? מען דארף מוחה זיין!!!!!!!!
די ענין איז קלאר אפילו טראגן אין ווילי וואלט געווען א דאוריתה, וואלט נאך נישט בארעכטיגט געווען קיין מחאות, וויבאלד זיי האבן היתרים, פין זייערע רבנים ודיינים, לויט זיי איז עס א מצווה פין עונג שבת,
עס איז דא אין ווילי ליידער אסאך אסאך אסאך אויף וואס מוחה צי זיין, אין אויב הייבט מען מוחה צי זיין, הייבט זיך עס נישט אן ביי עירוב, אין עס ענדיגט זיך נישט ביי דעים, מיין קשיא איז פארוואס האט פינקט דאס באקימען די גרין לייט??
נ.ב. איך טראג נישט מיטן עירוב
געלייכט נאכאמאל, פאראכטן טעות הכתיב
תוקן על ידי trant_lott ב- 28/01/2007 21:08:47
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 21:16 |
|
| |
עס קיקט אויס אז די ביסט בתוך הדברים,
איך בין טאקע בתוך הדברים, איך וואין אינמיטען וויליאמסבורג, "בתוך" עמי, אבער איך בין נישט קיין שרייער (ווייל מיין רב האט מיר נישט אזוי געפסקענט), אבער איך טראג נישט (ווייל מיין רב האט מיר אזוי געפסקענט), און איך זעה צו די לעצטע יארען וויאזוי די גאנצע שפיל האט זיך אנגעהויבען, און דעריבער בין איך שטארק אויפגעברויזט אויף די וואס ווילען איינרייסען און איינפירען דעס טראגען אין שטאט, איך קען מיך גאנץ נאנט מיט טייל פון די חברה וואס ארבעטען שוין אפאר יאר אויף צו איינרייסען דעס טראגען, און איך האב געהערט די אלע גערעדאכצער נאך פאר זיי האבען אנגעהויבען טראגען דא און אויסרופען אז סאיז דא א עירוב, און איך אזויווי אסאך אנדערע מענטשען האבען דעיס געהערט, און מיטגעהאלטען, און געוויסט פונקליך וואס די ציהל איז דא מיט "מתקן זיין" אזא זאך, און דאך האב איך נישט גערעדט דא קיין ווארט
ביז, איך האב לעצטענס גענומען רשות כתיבה, אז אויב קומט א רעגענדיגער טאג זאך איך אויך קענען אריינרעדען, און נישט זיצען דא ווי ביז יעצטערט און ליינען מיט שווייגענישט אלעס וואס שטייט דא, נאר קענען אריינווארפען א ווארט דא א ווארט דארט, און א שרייבער עבד עברי, קוקט אויס א שטארק פארווייטאגטער מענטש, ברוגז אויף יעדעם, רעדט צאם אויף יעדעם און אויף אלעס, און דא האט ער זיך גענומען צו דעי פרשה, מיט פאלטשע מציאות און פארדרייען פאקטען, און אפילו כהאב מיך ממש פארגענומען אז אין אזעלעכע אשכולות על איך נישט אריינרעדען, האב איך אן קיין ברירה זיך גענומען יא צו ענפערען אויף די דברי רוח,
דעיס איז א קידוש ה' אז די ערליכערע וואס זענען א גרויסע רוב פון שטאט וואס טראגען נישט שבת, און אפילו דעי וואס זענען מוחה, אדער שטיצען דע מוחים איז נישט דא פון זיי קיינער וואס זיצט אויף די אינטערנעט! נישט דא קיינער וואס זאל זיך אמאל אנעמען פאר די איידעלע יודען, ווען כסדר פאלען אריין הארבע שקריםדיגע באשולדיגונגען און פילע אשכולות אויף זיי, דורעך געוויסע שרייבערס, האב איך מחליט געווען אז דעי פאר מינוט א וואך וועל איך יא געיבן פאר דעם צוועק, ווייל במקום שאין איש, השתדל להיות איש
{ אפשר ביסטי גאר טרול?} קען זיין אז די וועסט מיר קענענן עפענטפערן דערויף,
איך פארשטיי נישט וואס דעיס מיינט, אויב דו קענסט עס איבערפרעגען קלארער און דע צייט עט ערלאובען, על איך ענפערען אויף וואס איך קען, דו מיינסט אפשר צו איך בין נייטראל? איך מיין אז יא..
אין אויב די ווייסט נישט א תירוץ פרעג דיך נאך ביין ראשי המערכה, אין קים צוריק מיט א תירוץ
אפילו איך קען אפאר פון די יודען וואס זענען מוחה, בין איך נישט גענוג נאנט מיט זיי צו פרעגען קשיות, בפרט אויב על איך עס שרייבען נאכדעים דא, איך זוך זיך נישט צו אדוועטייזען אלץ היידפארק שרייבער...
} די תורה באשטיי פין תרי"ג מצוות דאוריתה'ס, פין די אלע
תרי"ג מצוות איז דא די דריי הארבסטע עבירות, גילו עריות, שפיכת דמים,
עבודה זרה, די דריי זענענן ביהרוג ועל יעבור
זייער ריכטיג, און סאיז קלאר ווי טאג אז אויב זאל מען איינעם זעהן עובר זיין אויף איינס פון די דריי זאכען ברבים, וועט ער נישט פארשוינט ווערען... ב"ה אז סהאלט נאך נישט ביי דעים, דערווייל טרויט זיך נאך קיינער נישט צו בוקען אויף די גאס צו א צלם, און אפילו אביזרייהו דג"ע וועט זיך קיינער נישט טרויען, דעי ביסעל וואס מטרייט יא צו טוהן אין דעם געביט, איז מעורר זיין אויף עניני צניעות, וואס כק אדמור מסקולען שליטא, און אנדערע גדולי ישראל שליטא, ולהבחלח אלע גדולי ישראל זיע בראש פון מרן אדמור מסאטמאר זיע האבען געהאלטען אז מלבושי צניעות איז אביסעל בגדר אביזרייהו, און דעריבער זענען דא מערערע עסקנים וואס טוען יא אריינלייגען טויזענטען שעהן און שווערע געלדער פאר קול קוראס מודעות און ארטיקלעך אין צייטונגען, און קונטרסים וואס רעדן בדברים רכים און פיינערהייט איז מען מסביר פאר די נשים צדקניות די חומר הענין
און אויף דעי עסקנים רעיגט זיך עבד עברי אין א תגובה מיט דעי באשולדיגונג אז זיי זענען גאר מנוולים... ווייל זיי געבען זיך אפ מיט דעים, קוקט אויס אז עים שטערט עפעס אין דעים...
שבת איז אויך פין די תרי"ג מצוות, מען האט עס נאך באקימען פאר מתן תורה, וועגן דעם איז עס אזוי חביב,
גוט געזאגט!
וועגען דעים איז עס אזוי חביב, און דער אייבישטער האט געזאגט פאר משה רבינו, "מתנה טובה יש לי בבית גנזי ושבת שמה", ה' רופט עס אן מתנה טובה, און וועגען דעים האבען זיך אונזערע זיידעס און רביס מוסר נפש געעועזען אלע יארען, בפרט על אדמת אמעריקע, ליידער אין אמעריקע איז געווען אלע עבירות פרוץ, אבער וואס איז געווען די עיקר מערכות? וואס דערציילען די עלטערע דור אמעריקאנע יודען? די מסירת נפש וואס זיי האבען געהאט אויף שבת!
פארוואס איז פינקט דאס אריין אין די קאטעגריע אז עס איז א
ענין פין מחאה, מחלוקות, אין עס איז דא חיוב דערויף זיך צי שלאען דערויף
וועכענטליך,
דער ענפער וואס איך גיי זאגען יעצטער, איז אמתדיג איין גרויסע ענפער אויף אלעס, (נאר פארוואס בין איך מאריך מיט דעי לאנגע פטעלעך דא, ווייל איך קען באשטיין צו א מענטש וואס רעדט נערמאל צו ענפערען אביסעל ברייטער לויט מיין שכל און פאשטאנד)
דער ענפער איז אין איין ווארט:
"דעי הייליגע רבנים וגדולי ישראל וואס האבען געפאסקענט און געהייסען און הייסן ווייטער מוחה זיין אויף שבת, און שרייען אדער מעורר זיין ווען מזעיט איינעם טראגען שבת, דעי רבנים האבען דן געוועזען אויף דעי אלע צדדים און אלע שאלות, דעי רבנים האבען שוין געהערט און דורעכגעטוהן דעי אלע קשיות, און דעי רבנים האבען אויף דעיס אלעס דן געווען און געקומען צו די מסקנא, אז סאיז דא דא א חיוב מחאה", און דעי פרידליכע מוחים וואס זענען מוחה, טוען נאר תמימותדיג דעי פסק פון זייער רב.
פארוואס איז פינקט דאס אריין אין די קאטעגריע אז עס איז א
ענין פין מחאה, מחלוקות, אין עס איז דא חיוב דערויף זיך צי שלאען דערויף
וועכענטליך,
אין אמתן דארפסטו דעי שאלה שיקען צו די וואס ארבעטען אריין אז מזאל טראגען אין שטאט שבת, דעי יודען האבען געזען אין בארא פארק אויף א קליינע פארנעם (וואס די בארא פארקע עירוב איז קיין פארגלייך צו דעי גרויסע דזשאוק אין וויליאמסבורג) אז דא איז דא מערכות, זיי האבען געוויסט אז וויליאמסבורג איז פשרהלאזיג ווען סקומט צו דעי זאכען וואס האט מיט יודישקייט, בפרט ווען דא אין וויליאמסבורג זענען רוב איינואוינער קעגען א עירוב, האבען זיי - די א.ג. עירוב מאכערס - קלאר געוויסט אז מיט מאכען א עירוב צינדען זיי אינטער א שרעקליכער פייער פון מחלוקת און שנאה, זיי האבען געקענט מאכען א קל וחומר בן בנו של ק"ו פון ב.פ., און זיי האבען איגנארירט די געבעיטען פון רוב תושבי המקום אז מזאל לאזען די חזקה אזויווי סאיז געוועזען אלע יארען ביז היצטערט, שב ואל תעשה
און אויב ווילען זיי איינרעדען אז זיי האבען געמיינט אז סוועט נישט זיין אזוי געפערלעך, האבען זיי געזעהן ביי די מערכה אויף קיפ סטריט וואך נאך וואך, די געשרייען, געשלעגען און פאליס יעדע וואך האט פאר יעדען געוויזען מיט א ווארענונג פינגער, אז מקען זיך אליין פארשטעלען וויאזוי סקען ח"ו אויסזעהן אויב טרייט מען דעיס צו מאכען אין גאנצען שטאט
אבער אזויווי דעי א.ג. עירוב מאכערס, האבען נישט געזוכט דא מזכה זיין איינעם מיט "מצוות עירוב", אדער מיט דעי ליגענט פון "עונג שבת" (א שיינע עונג שבת...), דא ליגט א גרויסער הונט באגראבען... זיי רעכענען דא אפ זעק מיט חשבונות אנגעהויבען פון זעכציג זיבעציג יאר צוריק.. זיי האבען באשלאסען אז זיי האבען יעצט א וועג פון באצאלען אלטע חובות, און יעצט איז "פעיבעק טיים", מגייט דא דעם און יענעם צופיקסען, און מעט אויך אין איינוועג ווייזען אז ר' יואליש איז דא "נישט בעלעבאס"... זענען זיי אריין מיט די כוונה צו צורייסען משפחות, שכנים, עלטערען מיט קינדער, און שטערען שידוכים, פאר די נידעריגע ציהל פון נצחון און דעי זיסע טעם פון נקמה...
איך ווייס א נייטראלע רב איז אריבער צו עסקנים וואס האבען אנגעבעליך געהאלפען מיט איינפירען א עירוב און געטראגאכץ, און געבעטען אז פשוט וועגען בין אדם לחבירו זאל מען זיך אפלאזען פון דעם, מעט אויסהאלטען אזוי, אבער ווען סאיז דא א ציהל, און סאיז פעיבעק טיים רעט מען צום וואנט, גייט נישט אן מחלוקת שנאת חנם און אלעס וואס קומט מיט דעם
און די בעלי מחלוקת עירב רב זענען עתיד ליתן את הדין אויף אלעס!
אין ווילי ברענט שוין א פייער פין מחלוקות פאר די לעצטע
ניין צען יאר בערך, איך וועל נישט אריינגיין אין די נושא "ווער" עס איז
גערעכט
וואס מיינסטו מיט דעי נומבער ניין? דעי מערכה איז
אלט בערך דריי יאר, פאר דעם איז נישט געווען קיין שום מערכה אין די גאס
(אין קהילות איז עגווען אזויווי אייביג, און אזויווי היינט אין מערערע
קהילות אינרעליכע רייבערייען) אין די גאס איז געווען פון די רואיגסטע
צייטען זייט חסידישע יודען האבען זיך באזעצט אין וויליאמסבורג, אלע
קרייזען זענען געווען בשלוםמיט די אנדערע (חוץ קליינע עקסטרעמע אויסנאמעס
פעלער) שכנים מיט שכנים, משפחות מיט משפחות, אא"וו, ביז דער טייוועל פון
מחלוקת האט מצליח געוועזען אריינצושלעפען אפאר מחרחרי ריב צו איבערקערען
די שטאט פאר זייערע נארישע אינטערעסען
וואלט נאך נישט בארעכטיגט געווען קיין מחאות, וויבאלד זיי
האבן היתרים, פין זייערע רבנים ודיינים, לויט זיי איז עס א מצווה פין עונג
שבת,
אויף דעים האב איך פריער געענפערט, אז ממש גינוי דעי זעלבע היתר פון די טראגערס האבען די מוחים, זיי פאלגען זייערע רבנים ודיינים, און נאכמער, "זייער רב הייסט זיי שרייען און מוחה זיין"
איך האב שוין געגעיבען מער צייט ווי איך קען מיך ערלויבען, איך דארף לויפען צו מיין שיעור...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 21:28 |
|
| |
אבער יעצט אז מען שרייט אין מען לויפט נאך פרויען
דעס האב איך נישט באמערקט פריער, סאיז שווער צו לייגען א שומר מיט א פאליס אויף יעדען מוחה, בפרט ווען סדא אזוינע וואס זענען נאר מוחה איינמאל א יאר, צו ווען ער זעיט גאר א פרעכען להכעיסניק, און געוויסע זענען מוחה בקביעות, ווי זייער רב האט זיי געפאסקענט,
אין דעי דריי יאר האב איך נישט געזען איינער זאל נאכלויפען א פרוי! דעים שקר האט איך שוין געהערט אסאך מאל, און איך האב שוין צוגעזעין צענדליגע געשרייאכצער, קיינמאל איז קיינער נישט נאכגעלאפען קיין פרוי!
יא טייל פון די שרייערס שרייען אויף קערידזשעס וואס ווערט געפירט אפילו דורעך א פרוי, אבער געווענטליך פון קעגען אריבער די גאס אדער פון א האלבער בלאק אוועק, מיט די גרעסטע זהירות אין צניעות!
וואס יא, איך האב שוין אפאר מאל געזעהן ווי "עירוב חברה" גייען אריבער בארואיגען די באשריגענע פרוי, די אישה חצופה וואס מאכט אויפפאלענד מיטען גיין שבת אין גאס מיט א קערידזש, און זי ווייסט דאס פינקטלעך, און איז גארנישט קיין "אומשולדיג שעפעלע" אויב איז דא דא א פראבלעם מיט נאכלויפען פרויען, איז עס די "פיינע גוטע עונג שבת" חברה, וואס "בארואיגען" און רעדען נאנט מיט א פרעמדע רח"ל
און די נובול פה וואס טייל פון דעי אנשי רשע קענען ארויסגיסען פון זייער מויל אין אזעלעכע פעלער, אז איך קוק מיך אסאך מאל ארום צו סאיז נישט דא דארט קיין בחורים צוצוהערען די דברי ניבול, תצילינה אוזן השומע
דו האסט דאס אויכעט מן הסתם געהערט פון די "אנשי אמת", וואס זוכען נאר "אזעלעכע מצוות ווי "מצוות עירוב""עונג שבת"....
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/1/2007 21:45 |
|
| |
בקיצור דיין תירוץ
איך שריי נישט ווייל איך האלט אז מען דארף אזוי טיען, אדער ווייל איך פארשטיי אז עס איז ריכטיג, איך שריי ווייל די רבנים הייסען!!
איז דאס דיין תירוץ?? קלאר?
ווען די וועסט מיר ענטפערן, וויל איך דיר עפעס פרעגן
בנוגע דיין צווייטע תגבה, די ביסט נישט גערעכט
1}ווייל מען שרייט פין די זעלבע זייט גאסאויך , מיט מיין ערשטע קאזין "א גאסט פין מאנסי} האב איך בייגעווינט א מעשה
2} ווי ווייט איך ווייס איז דא איסור פין הסתכלות בנשים, ווען מען קיקט אויף פרויען פין א קעגין איבער די גאס אויך,
וועסט נישט לייקענענן אז נאכשריען נשיים, ערהאלט אין זיך אויך די איסור פין. אבק גילו עריות, שפיכת דמים , לא תונו
אבער, איך וויל נישט אריינגיין אין די דיסקאשען יעצט, ענטפער מיר אויף מיין ערשטע פראגע
תוקן על ידי trant_lott ב- 28/01/2007 21:49:47
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 03:36 |
|
| |
אינזער שויתי האט שוין כמה פעמים געזען ווי מען שלאגט אן א "פרידלעכע מוחה" אבער נאך לויפן א קערידזש האט ער נאך קיינמאל נישט געזען.
פארוואס טאקע נישט, פארוואס פאלגט מען נישט אויס א בפירישע פסק פין די בעל המילך קעסטעל דרשה און ווערעמיגע סטראבעריס "ר' אדא בר אהבה איז הייליג גערעכט, אויף א בת ישראל, איז דאס דער הנהגה און דאס איז די וועג, מען דארף ארויף שפרינגען און מוחה זיין און אראפרייסן און נישט לאזן... "
זאל קיינער נישט מיינען סאיז לאחר יאוש עס איז נישט דא אזא זאך ווי יאוש!!
תוקן על ידי findodort ב- 29/01/2007 3:40:24
|
|
|
|
| נשלח ב-29/1/2007 21:17 |
|
| |
טייערער שיויתי,
ס'איז שוין א לאנגע צייט וואס באדערט מיך אין איך האב נישט גיהאט צו וועמען זיך צו ווענדען, (בעסער געזאגט איך האב נאך פון קיינעם קיין תירוץ מספיק נישט געהערט) איך זעע אז עס געפונט זיך דא א איד וואס איז ריין מיט זיינע מחשבות און איז דבוק ברבותיו, וויל איך זיך צו דיר ווענדען, אפשר וועסטו מיר קענען אויפלייכטן די אויגן.
א) ווייז מיר ביטע איין פלאץ א תשובה א דרשה א תורה פון רביה"ק זי"ע אז אויב עס איז דא א עירוב טאר מען נישט טראגען. (מיין שאלה איז נישט צו עס איז דא א עירוב אדער צו ער האט געוואלט א עירוב, מיין שאלה איז נאר אויב למשל עס איז דא א עירוב צו ער האט געהאלטן אז מ'מעג אדער מ'טאר נישט טראגן)
ב) אייגנטליך מיט וואס ווערט רביה"ק זי"ע קלענער אדער גרעסער אויב איינער טראגט מיט א עירוב (אין דעם ווענדט זיך כבודו הרמה? ביזטו נישט מיט דעם משפיל ח"ו כבודו אז די טוסט און דעם אנווענדען זיין הייליגען כבוד?)
ג)זיי מיר מסביר ביטע איין זאך מיט וואס איך פלאג שוין א לאנגע צייט ווען יענער טראגט איז ווייל ער וויל דיר וויי טוהן? ווי אזוי ארבעט דאס? איז דאס נישט אדער א קינדישע טענה אדער א רשעות'דיגע טענה? ( רשעות דיג דערפאר ווייל די האלטסט אז די גאס באלאנגט פאר דיר און ווען יענער ווער וועלען למשל טרינקען א קאווע אויף די גאס אין די האלטסט אז עס פאסט נישט האט ער דיר וויי געטוהן? פארוואס? קוק נישט וואס טוט ער דיר וויי ממילא אויב ער רייכערט אויף די גאס קענסטו האבען א טענה אז ער פארפעסטעט די לופט אבער אז ער טראגט פאר זיך וואס האט דאס מיט דיר?)
ד) עס איז פארהאן א קול קורא פון התאחדות הרבנים משנת תשי"ד אונטער געשריבען פון כמעט אלע חסידישע ליטווישע רבנים ראשי ישיבות איבערן זמן שבת קודש דער זמן ער"ש איז 15 מינוט פאר'ן שקיעה חושש צו זיין א שיטת היראים וויפיל מאהל איז שוין פארן שרייער אויסגעקומען צו זען מענטשען רייכערען בשאט נפש און דעם זמן וואס די רבנים האבן קובע געווען אז עס איז שבת אין רייכערען איז א זעכערע איסור דאוריתא? און אינמיטן וויליאמסבורג איז דא א חסידישע קהלה וואס מ'קען זען יעדען מוצ"ש אירע חסידים רייכערען אינדרויסן דער רבי זי"ע האט קיינמאהל נישט געהייסן גיין מוחה זיין, איך האב קיינמאהל נישט געהערט, אז יענער טאנצט טובים מאורות מוצאי יו"כ מיט זיין טלית אין איין האנט אין א ציגערעטעל און די צווייטע האנט פאר 72 מינוט נאך די שקיעה (שיטת רבינו תם) און א זאך וואס איז מוסכם ביי כמעט אלע רבנים פון שטאט, אז איינע פון די רבנים זאלען זאגען אז מ'טוט זיי וויי מאי שנא ס'איז דא א מצוות מחאה צו נישט? טוט מען דורך דעם וויי אדער נישט?
ה) און נאך אלעם פארוואס דארף דער טרעגער ווייזען זיין עירוב פאר איינעם וואס האלט אפילו נישט ביים טראגען? זייט ווען איז ער דיר שולדיג עפעס אז ער איז דיר מחוייב צו ווייזען זיין שטריק ווי עס געפונט זיך? סה"כ קענסטו עם בעטען טו מיר א טובה אין ווייז מיר ווייל איך וויל אויך טראגען אבער אויף נישט צום טראגען? פארוואס דארף ער דיר צו ווייזען?
שיויתי לעבען איך האב דיך געפרעגט פינעף קשיות זיי מיר מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.
 |
|
|
|
|
|