היינט אין שול ביי שחרית איז מיר געקומען די בשורה אז הרב יעקה יצחק ניימאן איז אוועק נעכטן (ער"ש אין חו"ל) ביינאכט.
ברוך דיין האמת.
שנשמע בשורות טובות.
נשלח ב-28/1/2007 03:15
סמוך לכניסת השבת לסדר והיתה צעקה גדולה . איז געקומען פון מאנטריעאל די ידיעה אז ליידער "פנה הודה פנה זיוה פנה הדרה" פון מאנטריעאל דעם הויפט חסידישער כח דארטן במלא מובן המלה
עס איז געווען א שמועה אז "מען וועט אים טראגן קיין בעלזא אויף ארץ ישראל". אבער וויא איך הער יעצט . איז דא א צוואה אז מען זאל עהם לייגען לעבן זיין רבין אין קרית פאפא וועסטשעסטער ניו יארק
פאפער רב שליט"א איז יעצט אויף וואקאציע אין פאלם ספרינגס . ער מוז תיכף צוריקקומען טאמער די לווי' וועט זיין דא אין ניו יארק . מסתם וועט עס דעמאלס פארקומען מארגען פארמיטאג . בעדפארד עווע. וועט זיין אפגעשפארט . נאכמיטאג וועט עס ממילא זיין אפגעשפארט ביי די קאנקארד פלאזא וועגען די פשווארסקער חתונה. .
עס הייסט אז די לווי' וועט אויך דורך גיין אין סקווער וויא ער איז געווען מגדולי החסידים. יהא זכרו ברוך
נשלח ב-28/1/2007 03:46
יעצט הייסט אז די לווי' וועט ארויגיין מארגען אינדערפריה פון בעלזער ביהמ"ד אין בארא פארק ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו
נשלח ב-28/1/2007 04:06
גדולה האבידה ואין לה תמורה. הוי מי יתן לנו תמורתו.
תורה תורה חגרי שק והתפלשי באפרים. אבל יחיד עשי לך.
עס איז אוועק גענומען געווארן פון אונז איינער פון די יחידי סגולה בדורנו. א צדיק אמת און עובד ה' גדול, א איד וואס איז געווען בקי אין כל התורה כולה און ער האט געפסקנט אין ד' חלקי שו"ע, פון די גרעסטע בעלי הוראה אין די חסידישע וועלט בדורנו.
ס'איז מיר זייער שווער צו שרייבן יעצט, דאס הארץ איז פארקלעמט פון גרויס צער און ווייטאג, איך קען נאר אזוי פיל זאגן אז ס'איז נישטא אסאך אזעלעכע אידן בדורנו.
איך בין דא מעתיק א סיפור וואס איך האב געשריבן אין דעם פארום "בחצרות החסידים" אויף לשון הקודש:
סיפור טרי אשר סיפר לפני שעה קלה הרה"ג ר' פנחס פרידמן שליט"א:
לפני כמה חודשים נפגש הגר"פ עם הגה"צ זצ"ל ובתוך שיחתם עלה העניין של קבורתו לאחר מוע"ש. ידוע שהגה"צ זצ"ל קנה לעצמו חלקת קבר בהר המנוחות סמוך ונראה לציון קדשו של כ"ק מרן מהר"א זצוקללה"ה, אולם לפני כמה שנים שינה את צוואתו וכתב שיקברו אותו בבית העלמין פאפא שבניו יורק ליד כ"ק האדמו"ר הגה"ק הויחי יוסף מפאפא זצ"ל שהחזיק את עצמו לתלמיד חבר שלו בהיותו בחיר תלמידיו של אביו הגה"ק הויגד יעקב מפאפא זצ"ל, ואף היה זה שהכתיר את בנו הויחי יוסף זצ"ל עם הסתלקות אביו בשנת תש"ב. הגר"פ שאל אותו מדוע שינה את דעתו, אמר לו כי אם אסתלק בעש"ק ויצטרכו להמתין עד מוצש"ק ואז להעביר אותו לאר"י זה יקח מדי הרבה זמן והוא לא רוצה שישהו את גופתו הטהורה כ"כ הרבה זמן ובודאי שלא יותר מ-48 שעות, דהיינו שני מעת לעת...
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
נשלח ב-28/1/2007 04:08
נשלח ב-28/1/2007 07:05
די לויה וועט זיין זונטאג אינדערפרי 10 אזייגער אין בעלזער שטיבעל אויף 15 טע עוו. צווישען 50 און 51 סט.
איך האב געזוכט און כמעט נישט געטרופען פיקטשערס פון דעם נפטר זצוק"ל האב איינער האט פליז לייג עס ארויף
נשלח ב-28/1/2007 21:58
ס'גייט פאר גרויסע קריגערייען צווישען בעלז און פאפא בנוגע די לויה. די בעלזער זענען שטארק באליידיגט פון זיין צוואה אז מ'זאל אים פירן קיין אמעריקא און לייגן נעבן פאפא'ער רב זצ"ל, און ער האט נישט געהייסן זיך פירן קיין ארץ ישראל נעבן בעלזא'ער רב זצ"ל. מיט דעם האט ער פוגע געווען ב"כבוד בית בעלזא". דערפאר מאכן זיי אן ביטערע צרות פאר פאפא בנוגע די לויה. זיי האבן פארלאנגט פון פאפא אז מ'זאל אים לייגן אינעם "אוהל" אין קרית פאפא, אבער פאפא האט נישט מסכים געווען דערצו. מתחילה האט בעלזא געסטראשעט אז אויב מ'לייגט אים נישט אינעם "אוהל", נעמען זיי די מטה קיין ארץ ישראל. פאפא האט זיך נישט דערשראקן, וויסענדיג אז ס'איז דא א "צוואה", און בעלזא קען נישט טוהן וואס זיי ווילן. ווי נאר בעלז האט געזעהן אז פאפא מאכט זיך נישט צו טוהן פון זייערע סטראשונקעס, האבן זיי געמאלדן אז זיי גייען נישט מאכן די לויה אין פאפא, נאר אויסשליסליך אין בעלז (חוץ אין סקווער און אין מאנסי). דער פאפא'ער רב שליט"א, וועלכער איז געקומען היינט צו פארן פון פאלם-ספרינגס צו די לויה, וועט אפווארטן דעם ארון אין קרית פאפא, און דארטיגן בית המדרש. אבער בעלז האט מודיע געווען אז זיי לאזן נישט אריין דעם ארון אין בית המדרש אין קרית פאפא, נאר מ'וועט תיכף גלייך צופארן צום בית החיים. פאפא פלאנט זיך צו שלאגן דערויף. ונראה מה יהיה....
נשלח ב-28/1/2007 22:20
מ'האט יעצט געענדיגט די הספדים און די הקפות אין בית המדרש אין קרית פאפא...
נשלח ב-28/1/2007 22:55
ברוך דיין האמת
די וועלט ווייס נישט בכלל וואס א פארלוסט מ'האט געליטען מיט פארלירען אזא גברא רבה ווי ס'איז געווען דער בעלזער רב זצ"ל.
מ'זאל פון קיין שלעכט נישט וויסן.
נשלח ב-28/1/2007 23:22
פארוואס לייגט מען אים באמת נישט אין אוהל?
מען דארף נישט זיין קיין בעלזער צו פארשטיין אז אז א רב קומט כאטש אזוי פיל.