שפירענדיג די איצטיגע וועטער אויף די אייגענע הויט, אזש די אויער איז מיר שיעור-נישט אראפגעפאלען היינט אינמיטן שפאצירען אין גאס, ווער רעדט נאך פון די פינגערס וואס זענען פארפרוירען געווארן דערמאנענדיג די שפאנענדיגע ערציילונגען וואס מהאט געליינט אלץ קינד וואס די ביכער שרייבען אויף סיביר, קאסט עס א הילכיגע געלעכטער אויף די אלע פארשערס וואס פארפירען און טומלען שטענדיג איבערן טעמא פון "גלאבאלע אנווארעמונג", און ווען עס קומט נאר אן עפעס א שטיקל ווארימע וועטער, און ווער רעדט נאך אויב עס ברעכט אמאל א רעקארד, א שטייגער ווי פארגאנגענע חודש ווען עס איז געווען 72 דעגרי! זענען זיי אלעמאל דא צו שרייען: קוקטס נאר ווי גערעכט אונז זענען, אלעס איז נאר ווייל עס צוגייט שטיקער פון די אוזען שיכט ארום די וועלט, און עס גייט חרוב צוליב די אלע גאז און פאלוזשען וואס מען לאט ארויס אן קיין מינדעסטע אפהאלט, און די זון שטראלען - אריינגערעכנט אויך די נישט געזונטע שטראלען - שטראמען אריין אין די וועלט אן קיין אויפהער, און נאך אביסל וועלן זיך די אלע אייזבערג זיך צולאזען, אזש עס גייט קומען א 2'טע מבול, און ס'איז אויס וועלט... נישטא ווער ס'זאל נעבעך לאכען.
אבער אינטערסאנט - באמת שוין גאר נישט אינטערסאנט, ס'איז גאנץ פארשטענדליך - וואו זענען זיי יעצט ווען עס קומט אזעלכע קאלטע וועטערס ווי די טעג, וואס ברעכן פארקערטע רעקארדס, באהאלטען זיי זיך אין מויזען לעכער און מען הערט נישט פון זיי קיין פיפס??? פארוואס פרובירען זיי נישט יעצט פארצושלאגען געזעצען אין די UNאדער אין סענאט אז מ'זאל נישט טארן פארנוצען אזויפיל געז אן קיין חשבון צוליב "גלאבאלע אנווארעמונג"??? זעט אויס אז זיי האבן זיך נישט צוגעגרייט גוטע מאנטעלן און הענטשוך פאר אזוילכע צייטען, במילא קענען זיי זיך נישט באווייזען זייער פנים אויפן גאס...
נשלח ב-6/2/2007 06:09
עס איז דא גאר ווייניג יודעים וואס לייקענען אז עס בכלל נישט דא קיין גלאבאלע שינוי אז עס איז ווארעמער.
כי פליגי, צו דאס איז מחמת דעם וואס מענטשען מאכען דאס אהן, אדער פין זיך אליין, פין נאטור.
איך בין נוטה צו זאגען אז עס קומט נישט פין קיין מענטשען'ס מעשים, ווייל איך האב געהערט ווי איינער זאגט אז א וואלקענא גיט ארויס מער סיבות צו מאכען ווארעם מער ווי אלע גאז פין די גרינהייזער צוזאמען.
אויב עס איז אמת, איז ער גערעכט.
אונז יודען קענען אין דעם זעהן אן הכנה לגאולה, לעתיד לבוא הקב"ה מוציא חמה מנרתיקה, רשעים נידונין בה וצדיקים מתעדנין בה.
נשלח ב-6/2/2007 06:35
איך וועל מיר באציען צי די קעפעל פין די אשכול
איך האלט אז די ליבעראלע מיט זייערע אגענדא פאר אמעריקא
זענענן ביכולות אפציטיען א גרעסערע שאדן פאר אמעריקא ווי גלאבבאללע אננווארעמינווג
_________________
נשלח ב-6/2/2007 15:55
טרא אנלי,
אינטערעסאנט, אז גענוי די זעלבע ווערטער וואס דו שרייבסט טראכט איך שוין די לעצטע צוויי טעג, און איך האב אויך געטראכט צו עפענען א אשכול דערוועגן... ממש רוח הקודש...
איך האב אויך אנהויב ווינטער שוין געוואלט מודה זיין אז די "גלאבאלע אנווארעמונג" סעקטע זענען גערעכט מיט זייערע טענות, נאכן זעהן אזא ווארימען ווינטער, כאטש מען האט דאס אנגעלייגט אויף א געוויסע ווארימע "הוריקעין" וואס האט זיך געדרייט אויפן פאסיפיק, אבער איך האב געגלייבט אז ווינטער ווערט ווארעמער... איך האב זיך באמת געפרייט דערצו...
אבער אצינד ווען די אויסטערלישע קעלטן האבן זיך אנגערוקט, האבן די שטארקע ווינטן אוועקגעבלאזן מיינע רעיונות... און איך פרעג די זעלבע קשיא: ווי קומט אן אזא שוידערליכע קעלט? ס'איז דאך גלאבאלע אנווארעמונג??
איך האלט זיי רעדן נארישקייטן. דער רבש"ע פירט ממילא די וועלט, און איך לאך מיך שוין לאנג אויס פון די נארישקייטן פון די "קלאגער", זיי האבן מורא עס וועט נישט זיין קיין עסן, נישט גענוג פלאץ פאר די מענטשהייט צו וואוינען, עס וועט ווערן צו הייס, א.א.וו.
אסאך מאל טראכט איך ביי מיר, זיי ציטערן אז די אייזבערג וועלן זיך אויפלאזן, און די גאנצע וועלט ווערט פארשוועמט ווערן מיט וואסער... נו, עס שטייט דאך שוין אזוי, כי מלאה הארץ דעה את ה', כמים לים מכסים... א גוטער רמז איז דאס זיכער... און זאל שוין טאקע דער גואל צדק אונז אויסלייזן ווי אמשנעלסטן פון דעם ביטערן גלות...
דאס אליין אז די טעג זענען אדער אבנארמאל קאלט אדער ווארעם . דאס גופא איז א ראי' לדברם
נשלח ב-7/2/2007 00:52
סגאנץ אינטרעסאנט אויסצוהערן וואס ר הערשל פריעדמאן האט צוזאגן דערויף, ער רעדט די וואך פון די גלאבאלע אנווארעמונג אויף זייין וועכענטליכע שיעור אויף קול מבשר
212-444-1100 +3+8
נשלח ב-7/2/2007 02:50
ס'איז שוין גארנישט אינטערסאנט, אדרבא ס'איז א שאד די צייט אים אויסצוהערן, ער פארציילט דארט אז אין פאריז זענען זיך צוזעמגעקומען 2,500 וויסענשאפטליכער וואס האבען יעצט ארויסגעגעבן דעים 4'טן באריכט זייט עס עקסזיסטירט זייער ארגענאציע APPC, [גאר א שוואכע ארגענעזאציע אויב זיי האלטען נאך אקוראשט ביי זייער 4'טן באריכט] און וויבאלד איבער 2,500 שוטים האבען אזוי פעסט געשטעלט אז דאס וואס די וועלט איז ווארימער געווארן די לעצטע 57 יאר איז די שולד פון די מענטשען, פון די קראס וכדומה, איז מסתמא איז עפעס דא דערין, איי ווי אזוי קען זיין אז אינדערויסען איז אזוי קאלט, ער איז עס מסביר מיט א משל פון א עושר און א פעשער מענטש, וואס נאר א טיפש קען אזוי זאגען. ווארשיינליך אויב וועט הערשל אריינגיין אין שטאל פון עטליכע טויזענט קיען וועט ער זיך נעמן מיטקריכען אויף אלע פיר, וויבאלד טויזענטער קיען טוהען דאך אזוי...
אויך קייט ער דארט איבער זייערע שטותים אז די גרויסע אייזבערג אויף די קוטב הצפוני אין די קוטב הדרומי פון די וועלט וועלן זיך אינגאנצען צולאזען און פארשוועמן די גאנצע וועלט.און ער זאגט אז זאגן אז דאס צו זאגן איז אפיקורוסות איז באמת טפשות, ווייל אין 'נביא' ווי עס שטייט אז בימות המשיח וועט די וועלט גיין כאדאראם און 2/3 וועלט וועט אינטערגיין, איז נישט אויסגעשלאסן אויף דעים אופן, און ער רעכענט זיך ניטש מיטן בונד וואס די אויבערשטער האט געשלאסן מיט נח אז קיין מבול וועט מער נישט זיין. ער לייגט צו און באווארענט זיך אזס ער זאגט נישט אז אזוי גייט טאקע זיין, נאר אז עס איז דא א געפאר אז אזוי גייט פאסירן, און אז פאר א איד דארף כאפען א ציטער אין הארץ מען זאל תשובה טוהען, און זאגן א קאפיטל תהלים.
נישט האבענדיג מער קיין צייט צו זיינע בויך קוועטשענישען, האב איך אראפגעטראסקעט די טעלעפאון אינדערמיט.
תוקן על ידי allnewspic ב- 07/02/2007 23:29:04
נשלח ב-7/2/2007 04:18
ער זאגט אז פונקט ווי אן עושר אפילו ער פארלירט 10,000$ בלייבט ער נאך אלץ עושר, און אזוי אויך אפילו א פעשער מענטש איז הונגעריג הגם ער האט אסאך איבעריגע פעטנס, די זעלבע מעג זיין קאלט אפילו מיט "גלאבאלע אנווארעמונג"! הערט און שטוינט!
נשלח ב-7/2/2007 05:19
דאס וואס מענטשן כאפן זיך אן אין די ווארימע טעג אין שרייען גלאבאל ווארמינג איז פונקט אזא נארישקייט ווי שרייען יעצט ווען עס ווערט עטליכע קאלטע טעג פארקערט
גלאבאל ווארמינג באנעמט זיך בעיקר מיט די אווערעדש טעמפעראטאר פון די "גאנצע" יאר מיט אלע תוצאות וואס דאס ברענגט מיט
ד.ה. די אייז פון די צפון און דרום קעפלעך פון די וועלט וואס לאזט נאך (וכל השלכותיה), שינויים לגבי די אייניגקייט פון די וועטער (אונזערע קאלטע וואך אינקלודעד...) מיט אלע נאך ווייען וואס דאס ברענגט מיט (צב"ש דאס יאר איז געווען שטארקע קעלט אין קאליפארניע וואס האט קליא געלייגט 70% פון די ציטרוס פרוכט) וכו'
נשלח ב-8/2/2007 08:22
איך בין נישט אויסן אריין צן גיין טיעף אינעם ענין, פון דעם וואס איצטערט איז קאלט איז נאך נישט קיין ראיה אז גלאבעל ווארעמונג איז נישט אמת, כאטש איך האלט נישט דערפון, ווי יוסקעלע און אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגטץ
אגב וואס די (אזוי גערופענע) עקספערטן האבן איצטערט פעסטגעשטעלט איז, אז עס איז שוין א פאקט, נישט ווי מ'האט ביז איצט געזאגט אז מ'זאל זיך וואטשען ווייל עס קען קומען, נאר עס איז שוין א געשעהענער מציאות,
אונז אידן האבן מיר זיכער נישט וואס צו זארגען, די וועלט גייט דאך נישט חרוב ווערן איידער משיח וועט קומען.
נשלח ב-9/2/2007 01:46
א גרויסע שכוח פאר דיין תגובה, כ'האב מיר שוין אזוי שטארק געזארגט, איך האב אזוי געציטערט אז איך האב פשוט נישט געוואוסט ווי זיך אהינצוטועהן פון גרויס זארג, ב"ה דו האסט מיר בארוהאיגט...
כל המקיים נפש אחת מישראל, כאילו קיים "עולם_מלא"!!!
תוקן על ידי trueonly2 ב- 09/02/2007 1:59:13
נשלח ב-9/2/2007 19:56
ביי אונז אין מאנטריאל פלעגט זיין מיט ממש א פאר יאר צוריק הויכע שנייען מיט שטארקע קעלט במשך גאנץ ווינטער.
דאס יאר איז כמעט קיין שניי נישט געווען.
נשלח ב-11/2/2007 04:23
מאנטריאלער איך ווייס נישט פון וואס די רעדסט,
די לעצטע צוויי וואכן איז דא אזוי קאלט!
די "לאקאלע" ווארעמונג איז נישט גענוג, מען דארף דא "גלאבאלע" ווארעמונג.
נשלח ב-15/2/2007 09:39
אפשר ווייל זיי האלטן אין איין ארויף פליען און ספעיס, דערפאר ווערן לעכער און די 'אוי זאון'?
נשלח ב-6/3/2007 22:12
דעים פרייטאג ווען עס איז געווען העכער 50 האב איך שוין געוואלט דא מגיב זיין לטובת אוהדי "גלאבאלע אנווארעמונג", נאר איך האב געוואלט ענדערש צו ווארטען ביז נאך פורים זעהן צו עס האלט טאקע אן ביז דאן, און קענען מוסיף זיין, אז ווער געדענקט דען ניטש אונזערע צייטען פורים זייענדיג קינדער ווען מען פלעגט פורים ווארפען שניי-באלען איינער אויפן צווייטען און זיך גליטשען אין די שניי, און דא היינט צוטאגס איז אזוי ווארעם אז מען דארף ניטאמאל קיין מאנטעל...
אבער היינט - ווען מיינע פינגערס זענען מיר פארפרוירען געווארן זייענדיג אין גאס א קנאפע עטליכע מינוט, און מיינע אויערן זענען מיר שיעור נישט אראפגעפאלען פונעם געזיכט - איז מיר אלעס אנטרינען פון אונטער די הענט און צורינען ווי א זייפען בלאז, און איך מוז מודה זיין אז אלעס וואס זיי זאגען איז שטותים והבלים!