ז'וליאני פאר פרעז.
היינט האב איך געהאט די זכי' זיך צו ווייקן אין מקוה מיט א פאלנע אידל. פרעגט ער מיר כהאי לישנא:
געדענקט איר נאך די זיסע יארען פון ז'וליאני?
דענקט איר ווען ער האט געשיקט זיין אידישן דעפוטאט מאכן א שייגעץ ארויס אויף ערפת?
יא, אודאי. גייט די געשפרעך. דאס וועט זיכער זיין גאר געשמאק...
נאך איין שאלה... האב א צווייטע צוגעלייגט
דענקט איר אפשר ווי בוש האט זיך ארום געטראגן אין יוראפ גלייך נאך זיין ערוויילט ווערן, און האבן געהאט פראבלעמען אין יעדן מדינה ווי ער האט נאר אריין געטרויטן?
דענקט איר אפשר ווי דאנס מאל האבן מיר זיך איינגערעדט א געשעפט ווער דארף זיי האבן, אבער יעצט קוקן מיר אויף צוריק און מיר זעען דעם חורבן?
יא, אבער דאס האט נאר מיט די טפשות וואס האט ארויס גערונען פון מר. בוש'נס מויל.
קען זיין, אבער אפשר האט דאס גאר מיט זיין עקסטרעמען וועלט בליק, וואס אין דעם הינזיכט האט נאך מר. בוש אסאך זיך צו לערנען פון מר. ז'וליאני?
אקיצור, אין מקוה איז געווען לעבעדיג,
און דא?
|
|