| נשלח ב-14/3/2007 20:28 |
|
| |
אלמעכטיגער ג-ט
מיין זיידע ז"ל פלעג זינגען ביים סוף סדר דעם ניגון אלמעכטיגער ג-ט וואס איז געדרוקט אין סידור של"ה, ער פלעג ווערען זייער עמאשינאל, עד כדי ווען ער איז געקומען צום סוף פון פזמון "די ביסט ג-ט און קיינער מער" האט ער יעמערליך געויינט אז אלע פלעשער אויפן טיש האבען זיך געשאקעלט, עס גייט מיר אדורך א קעלט אין די ביינער ווען איך שרייב דאס דא.
זכרונו לברכה,
קייגען וואס שרייב איך דאס דא ?
איך זיך שוין לאנג א פארטייטשונג אויף די דייטשע ווערטער, אפשר ווייסט איינער ווי איך קען דאס טרעפען?
ווער קען מיר העלפען מיט די פאלגענדע ווערטער:
אללזא
אללזאשיר
טאגען
שירה
נון
דעמוטיגער
טוגענדליכער
נאמהאפטיגער
סענפטיגער
צימערליכער
תרויטהאפטער
דרך אגב: דער מחבר פון דעם פזמון איז ר' זלמן לונדרי'ש זצ"ל גאון קדמון
תוקן על ידי aaatozzz ב- 14/03/2007 20:32:19
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 22:08 |
|
| |
atozz
גם אני בחלומי
מיין טאטע פלעגט דאס אויך זינגען, אבער אהן בכיות לייג אויך צו "טרייסער ג-ט"... איך מיין אבער אז סאיז פון שלה"ק
|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 22:58 |
|
| |
קוק אין הגדה שלימה זאגט ער דארט אז דאס איז פון דעם גאון קדמון אין אז ער מיינט אז עס איז געשריבן אריגענעל אין דייטש און דער אדיר הוא איז א פארטייטשונג אין לשון הקודש.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-14/3/2007 23:12 |
|
| |
אויב עס שטייט שוין אין סידור של"ה, ווי אזוי שרייבסטו אז דער מחבר איז ר' זלמן לאנדאן וואס איז 100 יאר שפעטער לפחות?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 00:17 |
|
| |
ר' זלמן לונדי'ש זצ"ל. נישט לאנדאן. ראה סידור של"ה
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-15/3/2007 00:55 |
|
| |
התרגום ע"ט על הזמר אדיר הוא, מחברו הוא גאון קדמון, ר' זלמן לונדרי'ש ומובא בסידור שלה"ק.ובהגדה שלמה כתב דאולי האשכנזי עיקר ונוסח העברי תרגום
אללמעכטיגער כל יכול ג־ט נון בוי דיין טעמפעל שירה בנה ביתך בקרוב. אללזאָשיר אין אללזאבאלד אין אונזערען טאגען במהרה בימינו שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
בארימהערציגער בעל רחמנות ג־ט נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
גרויסער ג־ט דעמוטיגער ג־ט נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
הויכער ג־ט, ווארהאפטיגער אמת ג־ט, זיסער ג־ט, חן'האפטיגער ג־ט, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
טוגענדליכער ג־ט, יידישער ג־ט נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאָבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
כרקעפטיגער ג־ט, לעבעדיגער ג־ט, מעכטיגער גאט, נאמהאפטיגער ג־ט, סענפטיגער ג־ט, עביגער גאט, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאָבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
פורטבארער )נורא( ג־ט, צימערליכער ג־ט, קעניגליכער ג־ט, רייכער ג־ט, שענער ג־ט, תרויטהאפטער ג־ט, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
דו ביסט ג־ט און קיינער מעהר, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
תוקן על ידי aaatozzz ב- 15/03/2007 0:58:06
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 12:17 |
|
| |
אלזא שיר און אלזא באלד זענען ביידע 2 אזונדערע ווערטער וואס באלד מיינט ווייסט יעדער, וואס שיר מיינט וויסעך נישט
פ' פאָרכטבאַרער
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 15:57 |
|
| |
עס קען זיין אז ת' איז א טעות און מען דארף זאגעט "תרויהאפטער" דהיינו קל נאמן ?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 17:16 |
|
| |
ווען מען זאגט "טעמפעל שירה" מחחנט דאס "שירה? אזויווי לויב געזאנג?
אפשר מיינט שיר "יעצט" ממש" אזויווי -ער האט מיך "שיר" נישט געהרגעט?
אין "אונזער טאגען שירה" =אז אין אונזער טאג זאלען מיר זוכה זיין צום אמת'עו שיר שלעתיד לבא.
נון בויא = בדרך צחות... אזוי ווי די גערע יודן זאגן- בויא הנה.....דוי הינע
|
|
|
|
| נשלח ב-16/3/2007 18:07 |
|
| |
ר' קליין
שירה מיינט מסתם יעצט אדער שנעל אדער באלט,
אללזאשיר און אללזאבאלד זיינען שמות הנרדפים,
בוי דיין טעמפעל שירה שוין, יעצט, באלד, דער פארטייטש פון יבנה ביתו בקרוב
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-18/3/2007 22:43 |
|
| |
התרגום ע"ט על הזמר אדיר הוא, מחברו הוא גאון קדמון, ר' זלמן לונדרי'ש ]מלונדון[ ומובא בסידור שלה"ק. ובהגדה שלמה כתב דאולי האשכנזי עיקר ונוסח העברי תרגום. ראה הנוסח בהגדה של פסח בית אולפנא, ובהגדת נאות דשא־ נייטרא.
אללמעכטיגער כל יכול ג־ט, נון עכשיו מיד בוי דיין טעמפעל בית המקדש *שירה בנה ביתך בקרוב, אללזאָשיר און אללזאבאלד אין אונזערען טאגען במהרה בימינו שירה, יא שירה כן באמת במהרה, נון עכשיו מיד בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
* בימינו משתמשים במלה "שיר" schier במובן "וכמעט שלא היה", "ער איז שיר אראפגעפאלען", אבל בימיהם כשנכתב שיר זה היו משתמשים בהמלה מלשון מהר, בקרוב.
בארימהערציגער בעל רחמנות ג־ט נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר און אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
גרויסער ג־ט דעמוטיגער demuetig-german לשון ענוה ג־ט נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר און אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
הויכער ג־ט, ווארהאפטיגער אמת ג־ט, זיסער ג־ט, חן'האפטיגער ג־ט, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר און אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
טוגענדליכער ג־ט Tugend-germanבעל חסד, בעל מעלותvirtuous , יידישער ג־ט נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר און אללזאָבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
כרקעפטיגער ג־ט, לעבעדיגער ג־ט, מעכטיגער גאט, נאמהאפטיגער ג־ט german־namhaft מפורסם, סענפטיגער sanft-german ; calm, peaceful ג־ט, עביגער גאט, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר און אללזאָבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
פורטבארער נורא ג־ט, ציעמ'ליכער ziemliche-german; plenty, fair, ג־ט, קעניגליכער ג־ט, רייכער ג־ט, שענער ג־ט, תרויטהאפטער באידיש ער טרויט אים trustworthy, traut-german ג־ט, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר און אללזאבאלד אין אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
דו ביסט ג־ט און קיינער מעהר, נון בוי דיין טעמפעל שירה. אללזאָשיר אין אללזאבאלד און אונזערען טאגען שירה יא שירה, נון בוי נון בוי, נון בוי דיין טעמפעל שירה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/3/2007 16:51 |
|
| |
עס איז וויכטיג אז די לייט זאל שוין זיין אויסגעלאשען מיטן שבת זייגער ווען מען האלט דארט, און מען זאל עס זינגען ביי די לעכטיקייט פון די לעכט,
_________________
תוקן על ידי אבימלעבט ב- 23/03/2007 17:01:03
|
|
|
|
|