בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #2

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2007 15:25 לינק ישיר 
איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #2

אצינד לאמיר גיין צום קומענדיגן באנדיט וואס מען האט אויסגעלערנט פיינט צו האבן. און נישט בלויז אים, נאר אויך זיינע חסידים. אפגערעדט דער וואס וויל פארקויפן זיינע תורות וואס דאן איז מען מחיוב אים ממית צו זיין כדת של...

דאס מאל וועלן מיר גיין צו אונזערס א שכן וואס האט געוואוינט ממש נעקסט דאר, עטליכע גאסן פון הייליגן וויליאמסבורג, אין קראון הייטס געגענט פון ברוקלין.

געוואוינט האט דארט א איד וואס פילע האבן מעיד געווען אז אין זיין דור איז ער ווארשיינליך געווען די מערסטע נאנט צו די מעלות וואס משיח ברויך צו האבן, און דעריבער האט מען געקענט איינרעדן זיינע תמימות'דיגע חסידים אז אט דער איז טאקע אויף וועמען מיר ווארטן שוין אזוי לאנג.

דער צייטשריפט האט לכבוד פורים געהאט א שיינער אפהאנדלונג איבער דער מאדנער משיחיזם באוועגונג, וואס אסאך פון זיי גלייבן נאך היינט אז אט אט וועט מען זען דעם ליובאוויטשער רעבי רייטן אויף אייזל אונז אויסצולייזן.

אלזא, ווער איז טאקע געווען דער איד?

אויף דערווייל בין איך נאכנישט אנגקומען צו הערן די דרשה פון אונזער באליבטען זייפן הרב משנה סופר, וואס האט אים שיין מספיד געווען און אים צולייגט ווי נאר ער קען אזוי גוט אראפמאלן די אלע פושעי ישראל וואס גייען נישט אין שפאן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2007 17:20 לינק ישיר 

האסט פארגעסן צו צולייגן "און דא האב איך אנגעהויבן"

שוין געווען אויף חדשות אנ"ש אויך

תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 28/03/2007 18:12:25




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2007 17:42 לינק ישיר 

עס איז נישט קיין פארגלייך צו הרב קוק זצ"ל,

ווייל אויף אים האט קיין איינגיצער גדול נישט געזאגט ברבים קיין קריטיק, ווייל אין זיין עצם גאנג איז נישט געווען גענוג אים אראפצורייסען, הגם ער איז היפש געגאנגען אויף די נערווען פאר די "היימישע" רבנים,

אבער איין מעלה האט ער געהאט איבער הרב קוק זצ"ל וואס ער איז געווען א רבי איבער א עדה חסידים, וואס איז געווען א דינאסטיע פון דורות, און זיי שווער האט שוין צוגעגרייט דעם באדען פאר אים,

משא"כ הרב קוק זצ"ל איז געווען א סעלף מעיד מען און ער האט נישט געהאט דעם כח פון גקולע גבאים ווי אזוי צי פריען זיין אויסערן פאליטיק,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2007 19:53 לינק ישיר 

a to z

איך בין נישט דא אויף אויף היידפארק צו שמועסען וועגען רבנים, און אוודאי נישט קעגען  אבער איך מיין אז יעדער קענער וואס האט געליינט דיינע לעצטע תגובות דא אין אויך אין א פריערדיגע אשכול קען מעיד זיין אז די ביסט גאר א שוואכע היסטאריקער.

פארגעס נישט אז היסטאריע איז א פאקט אין דאס האט נישט מיט געפילען.

איך מיין פאר די שרייבסט זאלסטו מאכען אביסל מחקר כדי נישט צו זיין לעג ולקלס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/3/2007 21:16 לינק ישיר 

די ווייסט וואס היסטארי מיינט ?

HIS STORY

ביטע שרייב פאקטען, און קום נישט מיט דיינע הקדמות.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 00:39 לינק ישיר 

I don't want to go in to politics, and of coarse i'm not intending to talk against a godul, but you're big time mistakin' with your statement that non of the rabbonim made any statement or remark against the chabadsker, this is totally wrong, there was lots of critic against him from many many gedolim form mild to extreme, (let's not talk from the litvish gedolim...)i



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 06:11 לינק ישיר 

קאמענטאטאר,

יישר כוח פארן לינק, אבער איך וואלט ענדערש גענוצט דעם אביעקטיווען לינק ווי יעדער איז בארעכטיגט צו ברענגען זיין מיינונג.

מנחתאלעזר,

רעגט אייך נישט אזוי שטארק. אדרבה, אויב האסטו צוצולייגן אדער פאררעכטן וועלן מיר דיר אלע מכיר טובה זיין, אבער נישט אזוי בייז..

און אוודאי ביסטו גערעכט, און איך האב שוין פריער צוגעברענגט איין גדול... וואס קנאקט שטיקער פון אים... און אויך הרב שך זצ"ל און נאך האבן זייער מיאוס גערעדט איבער זיין פערזענליכקייט.








דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 09:32 לינק ישיר 

ביז די משיח געשעפטן האבען רוב רבנים געשעצט לובאוויטש,

און די משיח סינדראם איז נישט קלאר אז דער רבי איז אומגאנצען שולדיג אין דעם,

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 17:33 לינק ישיר 

דיפלאמאט, וואס האט דיר געמאכט טראכטן אז ער איז געווען אז שייגאץ ? וואס אויף דעם פרעגסטו צו ער איז געווען 'אזא' שייגאץ?
יאך האלט אז ער איז געווען א רבי צו זיינע חסידים, פונקט ווי אלע אנדערע. און אויב דיין שאלה איז פארוואס אין סאטמאר האלט מען נישט פון איהם? איז די תירוץ פשוט, ער איז געווען א גרויסער מתנחל, ער האט פארפירט אז מ'טאר נישט אויפגעבן אף צעד ושעל, און אין סאטמאר לויט וויאזוי סאטמאר רב שטעלט אוועק אין זיין ספר גרעניצט זיך דאס מיט כפירה אין די שלש שבועות וואס גאט האט באשוואוירן די אידן. און צוליב דעם איז ער נישט אננעמבאר ביי דעם קרייז.
מה כל הרעש??? ווער האט געזאגט שייגאץ???

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 19:50 לינק ישיר 

atoz

מאכסט מיך לאכען.

מען האט זיי אפילו נישט אין מויל אריינגענומען ביז דעמאלז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 21:27 לינק ישיר 

ווער מיינסטו "מען" איך האב געזוכט אויף די אינטערנעט אין נישט געטראפען קיין שום מענטש אדער ארגענעזאציע וואס הייסט אזוי.

פליז ווער איז "מען" ?????

די מיינט אודאי די וואס וואוינען אין 11211

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2007 22:37 לינק ישיר 

פאקטען מיינט למשל
ער איז געווען דער ערשטער (גדול, מנהיג, רבי) וואס האט מרים יד געווען בתורת משה
און איז זיך געגאנגען מתדיין זיין בערכאות של עכו"ם.
(אפשר האט ער געמיינט אז ער וועט לעבען אויף אייביג?)
ער האט מוצא ממון געווען בפועל דורך ערכאות של עכו"ם 
מיט זיין טענה אז דער שווער לעבט און איז נשיא.

דער מחבר אין שו"ע חו"מ סימן  כ"ו סי' א' זאגט אזוי
וכל הבא לידון בפניהם הרי זה רשע וכאילו חירף וגידף והרים יד בתורת משה.
הגה ויש ביד בי"ד לנדותו ולהחרימו.
קוק אין חידושי רעק"א אין דער זייט פונעם גרויסן שו"ע, שרייבט ער אזוי
והוא פסול לעדות כמו כל גזלן.

איז ווי פארשטאנדיג דער תירוץ דארויף אז יא ער איז געווען אזא שייגאץ

אפשר אין דיין חדר האט מען דיך אויסגעלערענט אז משיח איז א גנב א רשע א מוחרם א מנודה
ביי אונז איז ער אזא שייגאץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2007 23:31 לינק ישיר 

aaatozzz

ליין זייערע קונטרסים וואו זיי ברענגען דעם גאנצן השתלשלות וויאזוי עס איז צושטאנד געקומען דער משיח ענין, וועסטו זען גאנץ קלאר צי ער איז 'אינגאנצן' שולדיג אין דעם משיח סינדראם. 


סאכדעס
הייסט אז דער משיח ענין איז בכלל נישט קיין פראבלעם? נאר דאס אז ער איז געווען א מתנחל?...

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2007 00:44 לינק ישיר 

נא להשיב כענין.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2007 07:04 לינק ישיר 

דא איז א בריוו וואס איינע פון די ליטווישע גדולים האט געשריבן צום מנהיג הדור כ"ק אדמו"ר מליובאוויטש זי"ע http://www.shturem.net/index.php?section=artdays&id=1151#



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/3/2007 08:07 לינק ישיר 

טייערע אידן,

דער וועג פון משפיל זיין אנדערע שרייבער צוליב דעם וואס יענע האלטן אנדערש גייט זיך בעזר השם אויפהערן.

עס איז גענוג אז מען האט פון דא פארטריבן איינע פון די בעסטע שרייבער צוליב נארישע קריטיק.

אז מען האלט אנדערש, מעג מען זיך אויף א בכבודיגער אופן ארומ'טענה'ען, אבער פארשעמען איז א געפערליכער עוולה.

אטאז האט זייער גוט געענטפערט ווען ער האט געבעטן אז מען זאל ענטפערן און רעדן צו דער זאך, און נישט פליקן אבי אין דער וועלט אריין.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > איז ער טאקע געווען אזא שייגאץ? #2
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext