צייטשריפט: אייער רעאקציע פאר די רעדאקציע
לויב ווערטער איז אייביג דא, און טאקע ס'קומט זיך איין א גרויסן דאנק פארן צושטעלן אזא שיינע ליין מאטריאל פארן עולם.
מצד שני. איז אויך דא קריטיק.
1] די ווערטער ארום יעדע גרעפיק'ס איז שטארק שווארץ מער ווי די געשרייבעכץ איבעראל.
2] די בלעטער איז צו שיינעדיג, ווען מ'ליגט אין בעט, און די לייט איז אנגעצינדן, איז זייער שווער צו ליינען, מ'דארף עס האלטן אין איין איינבייגן מ'זאל קענען ליינען געהעריג.
3] ביי די קעסטל רעטעניש'ן מאכט איר היבש טעותים, איך קויף נישט יעדע וואך, אבער אינטרעסאנט איז, אז פונקט ווען איך קויף דעם צייטשריפט איז דא טעותים ביי די רעטעניש'ן.
אנשטאט אויסשטרעכן דעם י' האט איר אויסגעשטראכן דעם א'
העכרן קעסטל שטייט ביז איר וועט אנקומען צום ם' און למעשה איז דא א אנדערע אות.
איר שיקט די מאגאזין קיין ירושלים עיה"ק, נישט יעדער ווייסט וואס עס מיינט "ספיד לימיט" און אזוי אויך "טרעין" איר וואלט זיך אפשר געדארפט רעכנען מיטן שפראך פלאץ ווי איר שיקט די מאגאזינען.
נישט יעדער אין ישראל (ירושלים) קען ענגלידיש.
ביפאר איר געט ארויס אזא שיינע מאגאזין, מאכט זיכער אז אלע ספעלינג'ס זענען גוט.
איך האב גענומען בילדער נאר פון איין וואך, אבער ווי געשריבן, כ'האב שוין געזעהן מערערע מאל טעותים ביי פארשידענע זאכן.
כ'מיין נישט ח"ו צו קריטיקירן לרעה, אלא לטובה.
חג כשר שמח.
תוקן על ידי jewboy ב- 28/03/2007 21:50:11
 |
|
|