קען אפילו זיין ער איז אריין אין א הויכן היכל אין גן עדן שאין כל בריה יכול לעמוד במחיצתו. אבער ווער עס טוט דאס וואס ער האט געטוהן, הייסט ביי אונז חסידים א שייגעץ.
פאר אים האסטו נישט געטראפן עפעס ממליץ טוב צו זיין, ווי למשל אז ער איז געגאנגען אין "דרך איזביצא", אדער "זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה." ער האט נאר מכלומר'ש געטאנצן מיט נשים...............
נשלח ב-11/4/2007 23:52
געדאנקען
אויב דו זיכסט אז איך זאל ממליץ זיין אויף איהם לייען איבער- זיי מוחל- נאכאמאהל מיין תגובה
און טאמער פארשטייסטו נישט טויש דיין ניק
נשלח ב-12/4/2007 00:36
באטשי,
געדענקסט דעם לינק http://www.theawarenesscenter.org/carlebach עס ארבעט שוין נישט, אבער די האסט דאך א גוטען זכרן, דאס האבן שוין נישט געשריבן חסידים, נישט אז איך גלייב אלעס וואס איז דארטן געשטאנען, אבער אויף "הרב קוק" האבן זיי געשריבן אנדערע זאכן.
_________________
נשלח ב-12/4/2007 01:33
נעם טודאם שעמי בלע"ז
דאס איז א קשיא, אתירוץ, א ראיה.?
איך קען נישט דעם וועבזייטל און כפארשטיי נישט וואס דו מיינסט
געדאנקען גוט געזאגט, לאמיר טרעפון עפעס לימודי זכות איזביצא אדער עפעס אנדערש דער עיקר איז אז ער איז געווען אויפגעקלערט, נישט ווי אונז וויליאמסבורגער אמעראצים.
נשלח ב-15/4/2007 16:11
באטשי,
איך וועל מער קלאר ארויסברענגען מיין פוינעט,
ביי "הרב קוק" איז מיר שווער געווען זיך אריינצומישן, ער איז געווען פאר מיינע צייטען, ער איז שוין אוועק פון אונז מער ווי זיבעציג יאר צוריק, און זיינע ווערק איז מיר נישט אויסגעקומען צו זען, ער איז געווען אסור אין אונזערע קרייזען, זענען זיינען ספרים נישט געווען בנמצא, כאטש עס קוק מיר אויס מער טפשות צו פארענפערן אים מיט אזעלכע נערישע רייד,
"זיין אמונה אין די ידיעה איז געוועהן שטארקער ווי אין די בחירה."
"די התנגדות צו הרב קוק זצ"ל איז געבויט אויף דמיון, וואס האט זיך גענומען פון הוצאת שם רע וואס די ירושלימ'ער היץ קעפ האבען אויף אים אויסגעטראכט."
ווי צו גלייבן און נאכזאגן וואס די גדולים האבן געזאגט אויף אים, אפילו איך וועל מסכים זיין מיט דיר אז זיי האבן זיך אויסגעדריקט שארפער ווי זיי האבן באמת געהאלטן פון אים, איז אבער קלאר אז זיי האבן געהאלטן אז ער צוברעכט אידישקייט וכדו. ווען נישט וואלט זיי נישט געלאזט פאלען אזעלכע ווערטער אויף אים.
מאש"כ ווען עס קומט צו "ר' שלמה קארליבאך" וואס די האסט שוין פראבירט צו פארענטפערן און דעם אשכול פון הרב קוק מיט די ווערטער,
"(מחמת הכבוד וויל איך נישט דערמאנען א גרויסן טאנצער און זינגער אין קאמפאזיטער פון ניגונים און אויך געוועהן א קאנטרווערסאלער מחזיר בתשובה וואס איז אסאך געלעגן אין דעם מהלך)"
דא איז שוין אנדערע מעשה, דא קענסטו שוין נישט ברענגען ר' איסור זלמן מלצר אדער אן אנדערער "אמת'דיגער גדול" וואס זאל שרייבן אויף אים אז ער איז געווען א צדיק, אויסער א פאר טפשים וואס זענען אינגאנצן באנומען פון זיין זינגען און דערציילען מעשיות און זיי רופען אים דער הייליגער ר' שלמה, ער איז נישט נאר אפגעפרעגט ביי אונז חסידים, וואס ווייסן נאר פון זיינע גוטע זאכן אז ער איז געווען מכלומר'ש א מחזיר בתשובה און זיין כוח פון זינגען (אמת איך הער אויכט זיינע טעיפ'ס און קיינער מאכט נישט אוועק זיין כוח פון זינגען) נאר ביי די ווי ער וואלט ווען געדארפט זיין א העלד פאר זיינע מעשים, זיי האבן ארויסגעברענגט הארבע באשולדיגען אנקעגען אים, אזוי ווייט אז זיין שול און זיין משפחה האט צוריק געצויגען פון א ביטע צו געבן א נאמען פאר א גאס נאך אים.
בכלל ווייזט אויף דיין שנעלקייט און גרייטקייט זיך אנצונעמען פאר אלע וואס זענען אפגעפרעגט ביי אונז, אויף אזא ווייט אז די ביזט געווען גרייט צו פארגלייכן אזא נידריגער מענטש ווי ר' שלמה צו הרב קוק און זיי ביידע צו איזביצא, וואס אפילו מיר וועלן אננעמען אז אלעס וואס מען באשולדיג אים דארט איז שקר וכזב, איז די פאקטן וואס זענען יא באקאנט פאר יעדען וועגן אים גענוג צו זען ווי "הייליג" ער איז געווען, און נישט קיין פארגלייך צו הרב קוק וואס איז באצם געווען א גדול בתורה.
_________________
נשלח ב-15/4/2007 18:29
ליבער מר. געדאנקען,
איך האב אמאל געזאגט פאר ר' שלמה קום קיין ווילי טו דיר אן א ברייטן ביבערהיט און מאך דארט בעלי תשובות, האט ער געלאכט.
אפילו אויב די באשולדיגונגען אויף אים זיינען אמת, (וואס רוב זיינען מסתמא מגוזם און דמיון) איז דער עיקר וואס מען איז קעגען אים מער פאר זיין לבוש.
פליז זיי נישט קיין היפאקריט,
דו פילסט ווי א היימישער ריינער איד, וואלסטו געוואלט אז מען זאל די דן זיין לויט דיין DARK SIDE
מיר קענען שיינע אידן מלמדים מגידי שיעורים ראשי ישיבות וואס האבען אפגעטוהן פארשידענס אין זייערע אינגע יארען און מען האט זיי מוחל געווען, פארוואס איז ר' שלמה א שייגעץ און זיי זיינען חשובע אידן וואס מען גיט זיי א ברכה אונטער די חופה?
ווען א מנהיג איז גורם א "בכיה לדורות" טאנצט מען ווייטער יחי אדוננו אין מען ווערט נתפעל פון זיינע שיינער מלבושים, און מען איגנארירט אז ער גלייבט נישט אין רבש"ע רח"ל,
ר' שלמה האט אריינגעברענגט זייער א גוטע השפעה צו אונץ היימישע אידן, און איך קען נישט קיין איין היימישען איד וואס איז קאליע געווארען פון אים,
_________________
נשלח ב-16/4/2007 00:08
איך מיז גראטולירען באטשי.
איך האב געמאכט דעם אשכול ווייל איך האב באמערקט אז רוב נישט געלערנטע אינגעלייט וואס מיינען אז כדי צו הייסען אויפגעקלערט דארפען זיי האבען א הערכה צו # 1 אין # 2 איז געווענטליך אויך א גרויסע חסיד פון # 3.
איך ווייס באמת נישט פארוואס דער אשכול שטערט מער פאר אבימעןלבעט ווי די אנדערע 2 איך האב אים באמת נישט געוואלט מצער זיין.
נשלח ב-16/4/2007 00:38
ר' מנחת אלעזר
דברי תורה עניים במקום אחד ועשירים במקום אחר,
א געוויסער רב פון פריערדיקען דור האט אמאל געברענט א השקפה ספר וואס ער האט געדרוקט צו ר' יוסל אשכנזי פרעגט אים ר' יוסל וויצעלנדיק ווי איז די ימ"ש? האט עם דער רב געענטפערט איך גיי צו לייגען א בויגען מיט ימ"ש און יעדער זאל עס אריינקלעבען ווי ער וויל,
לפי דרכי קענסטו שרייבען די תגובות ביי הרב קוק און ביי לובאוויטש,
און דרך אגב די ווייס נאך נישט די טונקעלע זייט פון דיינע גדולים וואס די מיינסט אז זיי זיינען גפלויגען און הימל. אדער די מאכסט דיך נישט וויסענדיק,