| נשלח ב-2/4/2007 09:32 |
|
| |
חוה"מ פארוויילונג אפגעשטופט אויף א' תזו"מ
יעדעס
יאר ווען עס קומט אן דער יארטאג פונעם גרינדונג פונעם עירוב בתוככי עיר
וויליאמסבורג, און איך זע די פרישע מודעות פון די מתנגדים דערקעגן קווועל איך פון
גרויס פרייד אויף די זכי' וואס מיר האבן אז עס זענען נאך פארט פארבליבן ערליכע
רבנים און עסקנים וואס לאזן זיך נישט פונעם טעראר און קעמפן קעגן די וואס ווילן
אויסרייסן די תקנת חז"ל.
צוליב
דעם וואס חול המועד זענען די גאסן פיל מיט בחורים וואס אסאך פון זיי האבן נישט
וואס צו טאן מיט די צייט, און אויך איז עס אין א זמן וואס מען ארבעט נישט, האבן די
חברה דאס אויסגענוצט און אזוי קענען אנפילן דעם זאל ווי דער אסיפה פלעגט פארקומען.
פלייש פעלט זיי נישט, און אסאך זענען סתם נייגעריגע צוקוקער און אויך זענען פאראן
די וואס ווילן וויסן וואס פאר א דברי הבל מען גייט דאס מאל אויסטרעפן, דעריבער איז
קיין פאסיגערער זמן ווען צו מאכן דעם צוזאמקום נישטא.
דעריבער
איז מאדנע פארוואס מען האט דעם חוה"מ פארוויילונג אפגעשטופט אויף שפעטער, און
עס געלייגט אויף דעם זונטאג, טראצדעם וואס איך בין נישט באזארגט אז עס וועט פעלן
מענטשן. זונטאג איז דאך פארט א טאג וואס א גרויסער חלק פונעם ציבור ארבעטן נישט. אבער
חוה"מ זוכט מען מער ארויסצוגיין שטופן די צייט פאר אזעלכע זאכן.
ווען
עס זאל נישט זיין, קוקן מיר שטארק ארויס אויף די אסיפה וואס דערווייל האט עס כסדר
געוויזן וואס עס ליגט אין די קליין קעפלדיגע מוחות פון די וואס ווילן אויסרייסן א
חלק פון די תורה הק', און עס איז נאר א וואונדער אז עס קומען נישט ארויס די פאר
נארמאלערע פון צווישן דעם כת און זאלן פארפירן אז מען זאל שוין אויפהערן מיט די
פארשעמונגען וואס טוהט בלויז בעקפייערן קעגן זיי.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 02:23 |
|
| |
שויתי שרייבט:
היינט אויפדערנאכט קומט אי"ה פאר דער יערליכער "אסיפה
רבתי" לחזק שמירת שבת אין די שטאט וויליאמסבורג, בהשתתפות אלפים מסלתה
ומשמנה פון די שטאט, אין שפיץ פון די חשובע רבנים דיינים ומנהיגי העדות
קדושות שליטא,
די גרויסארטיגע אסיפה גייט זיין מיטן אייבערשטען'ס
הילף אין די זאלן פון ברכה סימא, ווי איך הער גייט אויך זיין אפען די
געלעריען מיט נאך הונדערעטע זיצען פאר בחורים
אזויווי אלע יארען
גייען אויפטרעיטען די גאר אנגעזעיענע גדולי הרבנים ופוסקים מובהקים
שליט"א, סאיז צו ערווארטען אז דעיס זאל ברענגען א קידוש השם, און מחזק
זיין די ערליכע יודען וואס ארעבטען מיט מסירות נפש אויף צו העלפען בויען
און ראטעווען יודישקייט למען כבוד שמו יתברך
על הגאולה שרייבט:
ווי למשל וועלכע גדולי ישראל גייען ערשיינען ברוב תפארתם ......
בראשית ברא שרייבט:
רבותי! גיבט אכטונג. מ'גייט דארט ווארפן "מילך קעסטליך".
דערנאך וועט מען זאגן (אריינלייגן א מודעה אין דער איד) אז ס'איז געווען
"שלא במתכוון"...
אבימלעבט שרייבט:
מסלתה ? חמץ שעבר עליו הפסח?
משמנה ? איזה מין, שמן זית, שמן אגוז שמן קוק?
gezoogt שרייבט:
דאס איז זיכער אז עס גייען דארט רעדן נאר רבנים פון וויליאמסבורג..
איך בין זיכער אז מען גייט חלילה נישט זיין אימפארטירען רבנים פון ערגעץ אנדערש, ניטאמאל פון דעם געגענט, כיורד לנכסי הגר, וואס גייען קומען פון דער ווייטענס דא אריין צו אונז זאגען וואס מ'האט דא צוטוהן, מחזק זיין...
ווייל אויב יא, וועלען מיר דארפען זאגען פאר די רבנים,
ווער האט דיך געפרעגט, וואספארא רעכט האסטו צו זאגן א דעה!!!
לשון קדשו של הרב חלל וויינבערגער שליט"א פון מאונט קיסקא (איך מיין דאס איז ערגעץ הארט לעבען לי עוו.).
אזוי אויך בין איך זיכער אז די רבנים וואס גייען דארט רעדען וואס זענען יא פון וויליאמסבורג, זענען שטארק רעספעקטירטע רבנים, רבנים וואס זענען באוואוסט פאר זייער חכמה און פקחות, רבנים וואס מען האט זיי אלץ געפרעגט שאלות, רבנים וואס מען האט זיך אלץ גערעכענט מיט זייער מיינונג.
ווייל אויב דאס בעסטע וואס זיי קענען צאם קראצען איז אזוי ווי די פאר
איעריגע און פאר צווי יעריגע דרשות, וויינבערגער פון מאונט קיסקא, ווייס
פון מאנטשעסטער, ר' געצל פון קרית יואל - וואס איז פלוצלינג געווארען
איינער וואס ברעכט זיך פאר פרעשור - דעם מאדערענעם דעיוויס פון פלעטבוש,
און די חשובע רבנים פון וויליאמסבורג שלמה הערצאג און י"ח מאסקאוויטש, האב
איך מורא אז דאס מיינט אז די אזוי גערופענער מערכה קעגן דעם אזוי
גערופענער עירוב איז אויף געהאקטע צרות.
findodort שרייבט:
ייט דארט די שאפרענע רב פארליינען זיין ווארעמע הסכמה
וואס ער האט געשריבן פאר די ווילי עירוב וואס מ. צ. גרינבוים האט געוואלט
מאכן, אדער גייט מען שרייען פלני גזלני.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 17:51 |
|
| |
איז איינער פון דא געווען אדער האט א ידיעה וואס מען האט צאמגעפלאפלט ביי די אסיפה שלא לשם שמים?
שויתי ווי האסטו זיך שוין ווידער באהאלטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 18:15 |
|
| |
Diplomat, please don't pressure shivisi, it takes time and energy to create facts, and his mental capacity can't cope with two concoctions a day.
He is still overworked from yesterdays post, it obviously took him from erev peissech to spin that nice tale.
Shivisi, in the name of your fellow hydeparkers, please don't rush, take your time, we want to enjoy yesterdays entertainment to the fullest.
|
|
|
|
| נשלח ב-1/6/2007 22:48 |
|
| |
הערט און האט הנאה!
646-278-1074
תוקן על ידי findodort ב- 01/06/2007 22:46:02
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/6/2007 01:16 |
|
| |
דאס איז א נייע האטליין?
ווער רעד אויף דעם האטליין?
|
|
|
|
|