דף היומי: חגיגה
די משנה אין חגיגה זאגט, עבר
הרגל ולא חג, אויב איז אריבער דער יו"ט און מען האט נישט געברענגט דעם קרבן
חגיגה, אינו חייב באחריותו, קען ער מער נישט ברענגען דעם קרבן, זאגט די משנה
ווייטער, על זה נאמר, 'מעות לא יוכל לתקן וחסרון לא יוכל להמנות', אז דאס איז א
פארלוירענע זאך און מען קען עס מער נישט צוריקבאקומען (דף ט עמוד א).
אנדערש איז אבער ווען מען
לערנט מסכת חגיגה, וואס דאס קען מען יא משלים זיין, און אפילו מען האט אנגעהויבן
שביעי של פסח קען מען זיך נאך מיטכאפן און צולערנען די צוויי בלאט, און הנאה האבן
פון דעם גרינגען און געשמאקע מסכת.
היינט, מיטוואך איסרו חג פסח
האלט מען ביי דף ד.
כאפט אייך מיט.
|
|