| נשלח ב-30/4/2007 18:44 |
|
| |
סתירה פון זוהר אויף א סיפור צדיקים
איך גלייב אז מאנכע פון אייך האבן שוין געהערט דעם סיפור וואס מען דערציילט אויף איינעם פון די פריערדיגע צדיקים, וואס האט ארויסגעברענגט ווי שווער עס איז צו זיין א רבי, ווען צוויי באזונדערע משפחות זענען זיך געקומען מזכיר זיין ביי אים. איין משפחה איז געקומען בעטן אויף א חולה מסוכן און דער צווייטער איז געקומען איבער א יולדות וואס גייט שווער צו קינד, און דער רבי האט נישט געוואוסט וואס צו מתפלל זיין, ווייל ער האט געזען אז דער אלטער איד דארף מגולגל ווערן אין דאס ניי געבוירן קינד.
לכאורה איז די מעשה א סתירה צו דעם זוהר וואס מען האט נעכטן א' אמור געלערנט ביים שיעור אין חק:
בתר דנפקא נפשא מן גופא, ואשתאר גופא בלא רוחא, אסיר למשבק ליה בלא קבורתא, דכתיב לא תלין נבלתו על העץ כי קבר תקברנו ביום ההוא. וכו'... וכל זמנא דלא אתקבר גופא, נשמתא לאו עאלת קמי קדשא בריך הוא, ולא יכלא למהוי בגופא אחרא בגלגולא תניינא, דלא יהבין לנשמתא גופא אחרא עד דיתקבר קדמאה.
שטייט דא קלאר אין זוהר אז ווילאנג א מת איז נישט נפטר געווארן קען זיין נשמה נישט מגולגל ווערן אין א צווייטן, וויל איך הערן פון די וואס ווייסן אויב דער סיפור האט בכלל א מקור אדער האט עס דער בעל המעשה ביכל אליינס מחדש געווען, נישט וויסנדיג פון דעם זוהר.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2007 20:14 |
|
| |
וכמאמר החכם
א קושיא אויף א מעשה.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2007 20:52 |
|
| |
טאקע דאס האט רביה"ק געמיינט....
|
|
|
|
| נשלח ב-30/4/2007 23:27 |
|
| |
knowit all
כשמך כן אתה...
זעהא אויס אז רבנו הקדוש האט נישט געקענט קיין זוהר
סדא א נפש, סדא א רוח ס'דא אנשמה. קוק אין זוה"ק פרשת תרומה.
תלת שמהן אינון לנשמתא כגוונא דרזא עלאה, נפש רוח נשמה, נפש הא אוקמוה דאיהי תתאה מכלא, רוח איהו קיומא דשלטא על נפש, ואיהו דרגא עלאה עלה, לקיימא עלה בכלא כדקא חזי, נשמה איהי קיומא עלאה על כלא ושלטא על כלא, דרגא קדישא עלאה על כלהו, ואלין תלת דרגין כלילן בהו בבני נשא, לאינון דזכאן לפולחנא דמאריהון. דהא בקדמיתא אית ביה נפש, ואיהו תקונא קדישא לאתתקנא בה בר נש, כיון דאתי בר נש לאתדכאה, בהאי דרגא אתתקן לאתעטרא ברוח, דאיהו דרגא קדישא דשריא על נפש, לאתעטרא ביה בר נש ההוא דזכי. כיון דאסתלק בהו בנפש ורוח, ועאל ואתתקן בפולחנא דמאריה כדקא יאות, כדין שריא עליה נשמה, דרגא עלאה קדישא דשלטא על כלא, בגין לאתעטרא בדרגא עלאה קדישא, וכדין איהו שלימא דכלא, שלים בכל סטרין, למזכי לעלמא דאתי, ואיהו רחימא דקב"ה, כמה דאת אמר (משלי ח כא) להנחיל אוהבי יש, מאן אינון אוהבי, אלין אינון דנשמתא קדישא בהו. אמר רבי יהודה, אי הכי הא כתיב (בראשית ז כב) כל אשר נשמת רוח חיים באפיו וגו', א"ל הכי הוא ודאי, דהא לא אשתאר בהו מכל אינון דהוו בהו נשמתא קדישא, כגון חנוך ירד וכלהו צדיקיא בגין לאגנא על ארעא דלא ישתצי בגינייהו, הה"ד כל אשר נשמת רוח חיים באפיו מכל אשר בחרבה מתו, כבר מתו ואסתלקו מעלמא, ולא אשתאר מנהון מאן דיגין על עלמא בההוא זמנא. תא חזי כלא אינון דרגין אלין על אלין, נפש רוח נשמה דרגא על דרגא, נפש בקדמיתא ואיהי דרגא תתאה כדקאמרן, רוח לבתר דשריא על נפש וקיימא עלה, נשמה דרגא דסלקא על כלא ואוקמוה. נפש דא נפש דוד, ואיהי דקיימא לקבלא נפש, מההוא נהר דנגיד ונפיק, רוח דא רוח דקיימא עליה דנפשא, ולית קיומא לנפש אלא ברוח, ודא איהו רוח דשריא בין אשא ומיא, ומהכא אתזן האי נפש. רוח קיימא בקיומא דדרגא אוחרא עלאה דאקרי נשמה, דהא מתמן נפקי נפש ורוח, מתמן אתזן רוח, וכד נטיל רוח כדין נטלא נפש, וכלא חד,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2007 00:26 |
|
| |
איך פארשטיי נישט דעם קושיא, ער גייט מגלגל זיין נאך דעם קבורה, אבער די קבורה מוז זיכער זיין נאך דעם מיתה - א פרוי קען זיין in labor איבער א טאג
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2007 03:15 |
|
| |
דיפלא תאכליס, ווי אזוי האט זיך די רבי אן עצה געגעבען?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2007 03:57 |
|
| |
עיקר שכחתי
ע"פ הזוה"ק קריגט מען ערשט א נשמה ביי די בר מצוה.
אחוץ אז דער מבין פאר מיר המכונה איציק עם תוספות. וועט ענטפערן אז די אידענע איז געוועהן א מקשה ליליד דרייצען יאהר. אז יש להקשות בדוחק.
עפעס לכבוד ר' שמעון
מדרש הנעלם בראשית א"ר חייא, א"כ אין להם נשמה לגוים אלא אותה הנפש החיה. א"ר יוחנן כן הוא. א"ר אלעזר, ולישראל מאן יהבא. תוה רבי חייא. א"ר אלעזר ת"ח, דתנן בא ליטהר מסייעין אותו. מאי סיוע יהבין ליה, אלא ההוא נשמתא קדישא, למהוי ליה סמך, דיהבין ליה לסייעא ליה בעלמא דין ובעלמא דאתי: א"ר אלעזר, עד תליסר שנין, אשתדלותיה דב"נ בההוא נפש חייתא. מתליסר שנין ולעילא, אי בעי למהוי זכאה, יהבין ליה ההיא נשמתא קדישא עלאה, דאתגזרת מכורסי יקרא דמלכא. א"ר יהודה, היינו טעמא דתנינן, בתלת עשר מכילן דרחמי, במתניתא דרבי אלעזר: רבי שמעון בן יוחאי, זמין למארי מתניתא למיכל בסעודתא רבה, דעבד להו, וחפא כל ביתא במאני דיקר, וגאותיב לרבנן בהאי גיסא, והא בהאי גיסא, והוה קא בדח טובא: אמרו ליה מאי בדיחותא דמר בהאי יומא דין משאר יומין. אמר להו, דיומא דין נחתא נשמתא קדישא עילאה, בארבע גופין דחיותא, לרבי אלעזר ברי, ובהילולא דא, יהא לי בדיחותא שלימתא: אותביה לר' אלעזר בריה לגביה, אמר תיב ברי תיב, דיומא דין את קדישא, ובעדבא דקדישין. א"ר שמעון מלה חד,ואסחר אשא בביתא. נפקי רבנן, חמו קיטורא דהוה סליק מביתא כל ההוא יומא:
ביטע וויסט וואס איהר רעדט ביפאהר מען פרעגט אויף מעשי הצדיקים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2007 06:12 |
|
| |
למעשה איז דיפלא גערעכט מיט די קשיא.
ווייל אויב זאל באטשי זיין גערעכט מיט די תירוץ, אז עס דא א חילוק צווישען נפש און רוח נשמה לגבי גלגול, האט דאך דער רבי אויך געקענט לאזען דעם אלטען איד לעבען מיט זיין נשמה, און זיין נפש געבען פארען עיבור פין דעם יולדות????
תיקו.....
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2007 06:39 |
|
| |
שלום
איך האב ערווארט עטוואס קלוגער פון דיר
זעהט אויס אז צופרעגען קלאץ קשיות אויף חסידישע מעשיות מוז מען נישט זיין צו א גרויסער ידען
לשיטתך. וואס דארף דער אלטער בכלל דעם נפש? וואס דארך ער דעם רוח?
אז ער קען לעבן מיט די נשמה אליין?
פאקטיש דארף ער דעם גוף אויך נישט.
נאר די נשמה.
צווואס דארף בכלל די נשמה?
די נשמה יתירה אליין איז נישט גענוג פאר דעהם אלטן טראטשאק?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2007 19:49 |
|
| |
דער ענדע פון די מעשה לויט ווי איך געדענק פון חדר, איז געווען אז מען איז געקומען איבערגעבן די ידיעה איבער די לוי' און די שמחה אויף איינמאל.
לאמיר נאכאמאל לערנען דעם זוהר רואיגערהייט:
בתר דנפקא נפשא מן גופא, נאכדעם וואס דער נפש גייט ארויס פון גוף, ואשתאר גופא בלא רוחא, און דער גוף בלייבט אנעם רוח, אסיר למשבק ליה בלא קבורתא, טאר מען אים נישט לאזן אן קבורה, דכתיב לא תלין נבלתו על העץ כי קבר תקברנו ביום ההוא, ווייל אין פסוק שטייט אז מען זאל אים נישט לאזן הענגן אויפן בוים, נאר מען זאל אים באגראבן אין זעלבן טאג. וכו'... וכל זמנא דלא אתקבר גופא, נשמתא לאו עאלת קמי קדשא בריך הוא, און אויב האט מען נישט באגראבן דעם גוף, גייט די נשמה נישט ארויף אויבן פאר הקב"ה, ולא יכלא למהוי בגופא אחרא בגלגולא תניינא, און קען דעריבער נישט אריינגיין אין א צווייטן גילגול, דלא יהבין לנשמתא גופא אחרא עד דיתקבר קדמאה, ווייל מען געט נישט פאר א נשמה א צווייטן גוף ביז דער ערשטער ווערט באגראבן.
פארוואס דארף מען אים באגראבן בו ביום, מען האט דאך צייט דרייצן יאר?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/5/2007 20:36 |
|
| |
דיפלאמאט
זעהט אויס אז דו ביזט נישט באקאנט אינם עולם הנשמות.
הכי במאי עסקינן - סקענט געמאהלט זיין, אז צאציך געטראפען איינער וואס איז לא עליכם געבוירן פונקט מיט דרייצן יאהר צוריק.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 06:39 |
|
| |
באטשי
ביסט נישט גערעכט.
די נפש און רוח ווערען אויך מגולגל.
פאר איך בין מסביר וואס איך האלט (דערווייל האב איך נאך גארנישט געשריבען וועגען דעם, איך פראביר נאר צו פארשטיין וואס די מיינסט צו ענטפערען דא), זיי די מסביר מער בפרטות, וואס ווילסטו ענטפערען אויף דיפלא'ס קשיא, פינעם זוהר אויף די מעשה פינעם רבין דורך מחלק זיין פין נפש ביז רוח און נשמה, נאך דעם וועלן מיר זעהן אויב מיין הערה אויף דיינע ווערטער האבען א מקום.
ביסט נישט גערעכט אז א גלגול הייבט זיך אהן נאך דרייצען יאר, ווען א נשמה קומט אריין שפעטער רופט זיך עס אן עיבור, נישט קיין גלגול.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-2/5/2007 18:24 |
|
| |
שלום
אנטשולדיג פאר נישט מסביר זיין בפרוטרוט
די מעשה פון רבין איז געוועהן, דער רוח פון דעם אלטן האט געווארט אריין צו גיין אין דעם קינד. נישט די נשמה. רוח ממללא, רוחו של נבות. וגו' נאר די וועלט רופט אלעס נשמה. כמא דאת אמרת "א טייערע נשמה"
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2007 05:49 |
|
| |
יישר כח באטשי. יעצט פארשטיי וואס די זאגסט,
וועל איך אצינדערט זאגען וואס איך האלט.
דער זוהר וואס דיפלא איז מעתיק, רעדט נישט פין די חלק נשמה פין די נשמה, דער זוהר רעדט פין די נשמה לגבי די גוף, און ער מיינט די כללות הנשמה.
די קשיא וואס דיפלא פרעגט פין די מעשה, איז אזוי.
א. אדער די מעשה איז נישט געשטויגען געפלויגען וכדברי רבינו הקדוש זי"ע.
ב. אדער דער רבי האט נישט געוויסט פין דעם זוהר.
ג. אדער די פראבעלעם האט טאקע ענטהאלטען די קבורה אויך. אבער די קשיא אויף דעם וואלט געווען פין די סיום המעשה, אז די יולדת האט געבוירען צו די לוי'.
דיין שיטה, אז א מענטש באקומט א רוח ביים געבוירען איז נישט ריכטיג. איך ווייס אז עס איז דא אין דעם אסאך אין די מקובלים, און דא איז בעצם נישט די פלאץ צו רעדען וועגען דעם, אבער כדי עס זאל נישט בלייבען א בלבול אין דעם מוז מען אביסעל מער שרייבען.
און שער הגלגולים שטייט בפירוש אין אנהייב,
הנה בעת שנולד גוף האדם ויוצא לאויר העולם, נכנסת בו הנפש שלו, ואם יוכשרו מעשיו, יזכה ויכנס בו הרוח בתשלום שנת השלש עשרה שאז נקרא איש גמור כנודע. ואם יוכשרו עוד מעשיו מאז ואילך, נכנסת בו הנשמה בתשלום שנת העשרים, כנזכר בסבא דמשפטים.
נישטא קיין מעשיות ר' באשטי, די רוח קומט צו די בר מצוה (אנדרעש ווי דא איז געשטאנען פריער).
_________________
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2007 06:36 |
|
| |
שלום היקר
אין מיין זוהר שטייט אזוי:
ולית קיומא לנפש אלא ברוח, ודא איהו רוח דשריא בין אשא ומיא, ומהכא אתזן האי נפש. רוח קיימא בקיומא דדרגא אוחרא עלאה דאקרי נשמה, דהא מתמן נפקי נפש ורוח, מתמן אתזן רוח, וכד נטיל רוח כדין נטלא נפש, וכלא חד,
און ביי די מעשה פון ר"א בר"ש שטייט בפירוש אז מקריגט א נשמה צו די בר מצוה.
אזוי צו אזוי. סאיז קיין שום סתירה צו די מעשה פון זוה"ק. דאס קינד האט געווארט אדער אויפן נפש פון דעם אלטן אדער אויפן רוח. אויף די נשמה זיכער נישט. דער זוה"ק פון די קבורה רעדט זיך פון די נשמה טאמער וויסטו דוקא אפלאכן פון חסידישע מעשיות. גיי אריין אין ייווא לייברעי, נעם ארויס קאפיעס פון אלע משכילישע ספרים, עיט צבוע, יאשע קאלב. ודוגמתן, וועסטו קענען ברענגן א שטארקע ראיה לדברי רבינו הק'
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2007 16:24 |
|
| |
שלום
גוט מארגן, אחרי כתבי ניחמתי. נישט געדארפט שרייבן אזוי שארף, סטוט גארנישט אויף. נאר איך קען נישט פארשטיין דעם יש להקשות בדוחק אויף א חסידישע מעשה.
|
|
|
|
|